Loading

מקווה טהרה חיים זאנוויל - קאסא גראנדע



Team Ivelt Yedidim

$604.00

Donated

$2,500.00

Goal

11

Donors

11 Donors


English אידיש

מקוה חיים זאנוויל אין קאסא גראנדע, אריזאנע! נישט סתם א מקוה טהרה, נאר א זעלטענע געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין א היסטארישע קאפיטל פון כלל ישראל, וואו עס שטעלט זיך אוועק א הערליכע נייע אידישע שטאט בארץ לא זרועה.

קאסא גראנדע, אריזאנע - דער הערליכע חסיד'ישע ישוב, וואס איז נתייסד געווארן מיט בערך פיר יאר צוריק, ווען א קבוצה חסיד'ישע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין קאסא גראנדע, און אנגעהויבן צו פלאנצן די קערנדלעך פון א הערליכע חסיד'ישע ישוב.

יעצט פיר יאר שפעטער איז עס שוין היים פאר בערך דרייסיג חסיד'ישע משפחות, און עס ווירבלט מיט בתי מדרשים, א תלמוד תורה, מיידל שולע, גראסערי, און נאך צוגעהערן. אבער איין קריטיש וויכטיגן יסוד, האבן די ארטיגע איינוואוינער נאך נישט געקענט אליין באווייזן, א מקוה טהרה. די יעצטיגע געלעגנהייט איז אבער פיל גרעסער, עס נעמט אויך אריין די געוואלדיגע מצוה פון קירוב רחוקים:

עס וואוינען אומצאליגע אידישע נשמות אינעם אומגעגנט ארום קאסא גראנדע וועלכע וועלן בעזהשי"ת זיך באניצן מיטן מקוה צום ערשטע מאל אין זייער לעבן ווען דער מקוה ווערט אוועקגעשטעלט!

אויסטערלישע כוחות איז שוין אינוועסטירט געווארן און שווערע הונדערטער טויזענטער דאללער איז שוין אריינגעלייגט געווארן אין דעם מקוה טהרה, וואס ווערט געבויט על שמו ועל זכרו פונעם צדיק וקדוש דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע, אבער צום באדויערן קענען די איינוואוינער פון קאסא גראנדע בשום אופן דאס נישט פארענדיגן אליין, און זיי מוזן צוקומען צו די הילף און שטיצע פון אחב"י.

-------------------------------------------------

טייערע ברודער, תושבי קאסא גראנדע בעטן זיך ביי אייך בעבורנו אל תמנע מים!

העלפט אונז אוועקשטעלן אונזער ישוב על מכונה ועל תלה.

העלפט אונז פארענדיגן אונזער מקוה טהרה – דער יסוד פון המשכת הדורות.

טייערע אידן אחים לדעה, דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען סיי פאר מקוה, און סיי פאר קירוב רחוקים, עס איז ברור כשמש אז דער רבי זי"ע וועט זיין א מליץ יושר פאר יעדער וואס נעמט א חלק אין ענדיגן דעם הייליגן מקוה!



כאפט אריין דעם זעלטענעם מצוה און זייט זיך משתתף מיט א שיינעם נדבה!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 853657556

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading