א גוטן מיין נאמען איז חיים אלטער.
מיט 35 יאהר צירוק איז מיין טאטע צוזאמען מיט מיין גאנצע משפחה זיך געצויגן פון ארץ ישראל צוזאמען מיטן פריעדיגן מנהיג פון לב טהור קיין ניו יארק. פון דארט זענען מיר גאר אסך וואנדערנישן אריבער ביז מיטן הילף פונעם אויבערשטן, האב איך זוכה געווען צו אנטלויפן פון דעם פלאץ 'לב טהור', מיטן ציל זיך צו איינקוואטירן צווישן ערליכע אידן און אנהויבן דאס לעבן פון פריש. דאס איז געווען בשעת מען האט געוואלט רעדן א שידוך פאר מיין זוהן אינעם יונגן עלטער פון 13 קעגן מיין רצון. ברוך השם אז זממם הרע לא יצא לפועל, און דורכדעם וואס איך האב פארשטאנען די פאלשקייט פון זייערע וועגן און איך האב געקעמפט קעגן דעם מיט ציין און נעגל, איז מיין פאמיליע געראטעוועט געווארן דערפון.
איך האב זיך דעמאלס אויפגעוועקט פון שלאף און איינגעזען ווי פאלש דער ארט איז און ווי ווייט מען איז ליידער פארקראכן. טראצדעם וואס אנדערע מענטשן אין אזא מצב געלונגט נישט ארויסצוראטעווען די גאנצע פאמיליע פון דארט, איז מיר ברוך-השם געלונגען, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן אז מיין משפחה איז געבליבן גאנץ און איך האב געקענט ארויסציען פון דארט מיין גאנצע משפחה, אנהויבנדיג א נייע לעבן על דרך המסורה לנו מדור דור, אזוי ווי אלע אידן
קומענדיג קיין ניו יארק די וואך האב איך זיך געטראפן אין א ליידיגע דירה אן די מינימום מעבל אין קליידער ספרים אין אזוי ווייטער
טייערע אידן יעצט אין די ימי הפורים העלפט מיר זיך אוועקשטעלן אין דעם זכות זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלען
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094