Loading

ישיבה גדולה תורת יהודה


Donate Now

38 Teams


626 Donors


ישיבה גדולה תורת יהודה איז נתייסד געווארן צוויי יאר צוריק ע"י הרב הגאון רבי שניאור זלמן שווארטץ שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט יארן ערפארונג מיט אוועק שטעלן ישיבות על תלה בנויה.

תהלה לקל יתברך אז במשך די קורצע צייט האט די ישיבה זיך קונה געווען א שם טוב וואס איז פקיע שמי' אלץ א ווארימע מקום תורה געאייגענט פאר חסידישע בחורים וואס זיכן א פלאץ צו קענען שטייגן בתורה וביראה ובהתחזקות במדות טובות וחסידות.

און די קורצע תקופה האבן די חשוב'ע בחורים שיחי' זיך קונה געווען א געוואלדיגע דרך הלימוד אדורך פארשטיין קלאר סוגיות בש"ס ושיעורים בשלחן ערוך ביז הלכה למעשה ווי זיי שטעלן זיך צום פארהער ביי די גדולי רבנים ועמודי הוראה בדורינו שליט"א וואס כולם פה אחד מעידין אויף די פירות טובות וואס קומען ארויס פון דעם פלאץ.

דאס אלעס איז צו פארדאנקען די געטרייע חשוב'ע מרביצי תורה שליט"א וואס לייגן אריין א געוואלדיגע ארבעט און איבערגעגעבנע הארץ פאר יעדע בחור באזונדער וואס דאס איז די סיבה פארוואס דער ישיבה איז א יחיד במינה אויף צו הייבן בחורים אויף א מצב זיך טוישען מיט א מורא'דיגע השלמה צו קנין נצחי בתורה ובחסידות.

ווי פארשטייט זיך אז די געוואלדיגע פעולות כבירות קאסט אפ זייער אסאך געלט ואין הקומץ משביע זענען מיר תלמידי הישיבה אריינגעטאנצן אין א "קאמפיין הכרת הטוב" אקעגן צו קומען די הנהלת הישיבה זאל בעזרת השם קענען ממשיך זיין מיט א הרחבת הדעת אז מ'זאל קענען גומר זיין דעם זומער מיט אלע קאסטבארע פראיעקטן וואס דער הנהלת הישיבה שטעלט צו ווי א געשמאקע הערליכע קעמפ פאר די בחורים שיחי'.

טייערע ידיד מיר בעטן אייך קומט אונז אקעגן מיט שיינע סכומים אז מיר זאלן קענען ממשיך זיין צו שטייגן.

מיט דעם זכות קויפט איר א זכות נצחי און דעם עתידות וקיום פון דער הייליגע מקום תורה.

ובזכות פונעם אויפבוי פון דער מקדש מעט וועלן מיר בױען אין די טעג דעם בנין הגדול במהרה אמן.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 412330188
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share
Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading