Donated
Goal
Donors
2 months ago
$36.00א הערליכע דשאב געמאכט!!
2 months ago
$36.002 months ago
$50.002 months ago
$18.002 months ago
$18.00לזכות לרפואה שלימה הצדיק ר' ישעי יעקב בן ריזל
2 months ago
$18.002 months ago
$25.002 months ago
$10.00טייערע חברים,
אונזער חבר דער חשובער חתן איז די פינפטע חתונה ביי זיין טאטן דעם יאר.
זיין טאטע -א טייערער איד וואס וואוינט אין מאנסי- האט זיך געמוטשעט 7 יאר מיט שידוכים, גארנישט האט זיך גערוקט.. ער האט געטון וואס ער האט נאר געקענט צו טרעפן פאסיגע שידוכים פאר זיינע קינדער און זיך נישט צוריקגעהאלטן פון גארנישט כאטש ער האט געוואוסט אז אפילו דאס געלט פאר 1 חתונה האט ער אויך נישט. (וממנו ילמדו וכן יעשו)
ב״ה אז זייער שידוכים קריזיס איז געקומען צו אן ענדע מיט גרויס סייעתא דשמיא און אפענע ניסים ממש, מען האט געזען די יד השם בגלוי אויף א מבהיל׳דיגע אופן.
ב״ה 4 קינדער האבן שוין חתונה געהאט דעם יאר בשטומ״צ (3 דערפון אין די לעצטע 5 חדשים).
נאכן אויסנוצן ״אלע״ קוועלער פון וואו צו שאפן געלט פאר די פארגאנגענע 4 חתונות, נאכן ארומגיין אין די בתי מדרשים קאלעקטן $1 באנקנאטן, האט דער טייערער העלדישער טאטע בלית ברירה זיך געוואנדן צו די חתן׳ס חברים, פארציילנדיג זיין שווערע מצב, און אז זיי זענען די לעצטע אויפן ליסט צו וועם ער קען זיך ווענדן פאר הילף.
אויפן פלאץ האבן די חברים געמאכט א קאנפערענץ קאל, און אלע פה אחד האבן זיך אונטערגענומען צוזאמען צו ״דעקן די גאנצע חתונה״ און מיט א שמוץ אריבער! מיר האבן געזאגט פארן טאטן: ״גענוג זיך געמוטשעט און זיך מבזה געווען פאר געלט, א טאטע האט נאך הכנות צו זיין קינד׳ס חתונה אחוץ געלט. ביז אפאר טעג וועט בעז״ה זיין דאס גאנצע געלט!!״
טייערע אידן! זייט א חלק פון די געוואלדיגע מצווה הכנסת כלה און קידוש השם, די זכות וועט אייך שטענדיג באגלייטן!
(עס וועט ארויסקומען א געוואלדיגע קידוש השם וואס וועט צייגן שווארץ אויף ווייס פאר אלע טייערע אידן וואס מוטשען זיך ליידער מיט שידוכים, אז געלט איז נישט עפעס אויף וואס זיי דארפן זארגן, ״אייערע טייערע אידישע ברודער וועלן טון אלעס אין די וועלט אייך צו העלפן און אראפנעמען די געלט דאגה פון אייך.
אל תירא ואל תחת, האלט אייך נישט צוריק פון טון אפילו ״פינף״ שידוכים אויף איינמאל וועגן די דאגה פון געלט. דער רבוש״ע האט זיינע שלוחים -אין דעם פאל זענען דאס מיר- פון ווי די געלט וועט אנקומען בס״ד!״)
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094