Loading

Kallah



Team יצחק שלמה לויפער

6

$0.00

Donated

$5,000.00

Goal

0

Donors

Donate Now
English אידיש

אחינו בני ישראל רחמנים בני רחמנים

מיר ווענדן זיך צו אייך פון טיפעניש פון אונזער הארץ, ארויסצוהעלפן די גאר וויכטיגע צוועק, פון א כלה א יתומה וואס גייט אי"ה אין די גאר נאנטע טעג אונטער די חופה.

מ'רעדט דא פון א כלה וואס איז אויפגעוואקסן גענצליך אן א טאטע — א טאטע וואס איז געווען א אהוב וידוע לכל, א ת"ח עצום, אוהב את הבריות, און א מרביץ תורה רבות בשנים — אבער ליידער האט די השגחה העליונה צוגעפירט אז ער איז נסתלק געווארן אין א גאר בליענדן עלטער, איבערלאזנדיג א שטוב מיט 14 יתומים. די כלה האט אים פארלוירן ווען זי איז אלט געווען בלויז עטליכע חדשים ל"ע, און האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו שפירן די ווארימקייט פון א טאטנ'ס ליבשאפט.

די מאמע, די אלמנה, האט אליין אויפגעהאדעוועט אלע 14 קינדערלעך נאכ'ן פארלירן איר מאן אין גאר יונגע יארן. ב"ה אין די לעצטע 19 יאר האט מען באוויזן — מיט די הילף פון נדיבי עם וואס האבן געוואלט האבן א חלק אין דער מורא'דיגער מצוה פון משמח זיין דעם אויבערשטנ'ס קינדערלעך — כמעט אלע קינדער פון שטוב חתונה צו מאכן. און יעצט שטייט מען נאכאמאל פאר א זמן שמחה, ווען די חשוב'ע אלמנה וועט בשעטומ״צ פירן די אינגסטע קינד אינטער די חופה — אבער אין בידה לפורטה אפי' שוה פרוטה.

זי טראכט: ווי אזוי וועט זי קענען שטעלן א חופה פאר איר יתומה, אן די שטיצע פון איר מאן? וויאזוי וועט זי איר קענען געבן וואס יעדע מאמע און טאטע ווילן געבן פאר זייער קינד? זי וויל נישט דארפן אויפשטיין יעדן טאג מיט די טיפע ווייטאג און דאגה פון "כסף מנלן". זי וויל קענען באצאלן די אומגעהויערע הוצאות החתונה הממשמש ובא מיט א שלוות הנפש.

להוי ידוע: מ'רעדט דא פון א חשוב'ע היימישע משפחה ביי אונז אין קרית יואל / וויליאמסבורג, באוואוסט און געליבט ביי אלעמען.

בעטן מיר אייך ממעמקי הלב — העלפט ארויס די אלמנה חתונה מאכן מיט א רואיג הארץ. ובזכות זה וועט אייך די חשוב'ע פאטער זצ"ל זיין א מליץ יושר מגנזי מרומים, און דער אבי יתומים וועט אייך נישט שולדיג בלייבן, נאר באצאלן מידו הרחבה והמלאה. אך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך, בריאות השלימות, עושר ואושר, וכט"ס, אמן.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 448-0904
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading