Loading

ברענג איר אהיים



Team שמואלי ברוין

3

$0.00

Donated

$2,600.00

Goal

0

Donors


English אידיש

די רעדע איז פון א היימישער פרוי וועלכע איז שוין ל"ע אוועקגעריסן פון איר פאמיליע פאר כמעט א יאר צייט, נאך א שווערע איבערלעבעניש וועלכע האט איר אריינגעצווינגען אין א היילונג אינסטיטוציע, וואו זי פרובירט זיך צו היילן שוין פאר לענגערע חדשים.

מיט ווייניגער ווי א יאר צוריק איז זי געווען געזונט און שטארק, און, נארמאל.

א נארמאלער פרוי צו איר מאן, א נארמאלער מאמע צו אירע פיר קינדערלעך. זי איז געווען אין איר יונגע דרייסיגער יארן, זאכן זענען געשווימען על מי מנוחות און גארנישט האט געפעלט ביז יענעם צושטערטע נאכט - א נאכט וועלכע האט זיך אויך אנגעהויבן פרייליך, געזונט און נארמאל, אבער געענדיגט?

ס'האט זיך אייגנטליך נאכנישט געענדיגט.

יענע נאכט האבן זיך איר דראטן אויפאמאל פארדריידט, זי איז ווילד געווארן און זאכן זענען געפארן צו כאאס… צו די אויגן פון אירע פיר קינדערלעך איז זי מיט צוואנג געבינדן געווארן דורך הצלה לייט וועלכע האבן איר ארויסגעפירט אין שפיטאל אריין.

זי איז נאכנישט אהיימגעקומען.

איר מאן, א וואוילער איד מאנ"ש, וועלכע האט קיין שלעכטס נישט געטון, האט פרובירט דאס און יענץ אבער געטאפט א וואנט. זיין פרוי איז אים אין זיינע שענסטע יארן צורידערט געווארן, און אים איבערגעלאזט אליינס - אליינס מיט פיר תינוקות וועלכע וואלגערן זיך פון מומעס צו באבעס און צוריק.

קיין לעבעדיגע אלמן האט ער נישט געוואלט פארבלייבן, און מיט זיין אידענע איינגעשפארט אין אינסטיטוציע אן קיין געהעריגע מהלך זיך צו היילן, האט ער געמאכט די טרויעריגע, אבער געצווינגענע באשלוס פון זיך אפטיילן פון די עבר און מאכן א נייער פלאן פאר די לעבן.

ער האט געמאכט דעם באשלוס; זיינע קינדער האט ער שוין געזען פאר רחמנות'ן לדורות, און זיך אליינס פאר דער גרוש פון א אידענע אין משוגעים הויז.

ארומיגע חברים, פאמליע און עסקנים האבן אים אבער פרובירט אראפברענגען פון בוים און איבערצייגן אנדערש. גרויסע פראפעסארן האבן פארשפראכן אז מ'קען איר, מיט די ריכטיגע באהאנדלונג, בעז"ה צוריקברענגען צום זינען.

מעיקרא האט עס אים נישט אויסגעקוקט ווי רעאליטעט, אבער עווענטועל איז ער איינגעגאנגען עס צו גיבן א שאנס, און זיך געזעצט ווארטן פאר רעזולטאטן.

און אזוי זיצט ער שוין פאר לאנגע מאנאטן; עסקנים און פאמיליע האבן שוין צוזאמגעשלעפט איבער 165 אלפים, מ'האט איר טראנספארטירט איבערן ים, אהער קיין אמעריקע וואו זאכן האבן זיך אנגעהויבן קוילערן ארויף און אראפ.

אירע אויסזיכטן האבן זיך געהויבן און גענידערט, בלוט און שווייס און שווערע אלפים ורבבות זענען געשפענדעט געווארן, ביז מ'האט זיך געקענט טרייסטן אז מ'זעט שוין עטוואס ליכט ביים ענדע פון א לאנגע, טונקעלע טונעל.

איר מאן, אירע פיר קינדערלעך, זיצן און ווארטן פאר רעזולטאטן, אבער צו גרייכן די ענדע ברויך מען נאך אפענדיגן די שווערע פראצעדורן איר צוריקצושטעלן אויף די רעלסן.

ווי געזאגט האט מען שוין אין די געשיכטע אריינגעגאסן איבער 165 טויזענט דאלאר. געלטער וועלכע זענען פינאנצירט געווארן מייסטנס דורך זיין און איר פאמיליע. די היילונג פראצעס איז נאך אנגייענד, אבער די געלט קוואל האט אויסגעטריקנט. בעזרת שמו, מיט 250 טויזענט איז די זאך געענדיגט.

אויב די געלט פליסט ווייטער פארשפרעכט די פראפעסאר אויפן קעיס ענדגילטיגע רעזולטאטן, און די עסקנים פארמישט זעען עס פאר לעגיטים, אבער קיין געלט איז נישטא.

ביז עטליכע חדשים קען זי מיטן אויבערשטענס הילף צוריק זיין רייף און נארמאל, און זי וועט זיך קענען אהיימקערן און צוריק פאראייניגן די צו'חרוב'טע פאמיליע.

אצינד ברויך מען איין זאך: געלט. אסאך געלט.

אן דעם פארבלייבט זי מיט אירע דעפיציטן אין מוח, איר מאן א גרוש, איר שטוב צופאלן און איר פיר קינדער אייביגע, לעבעדיגע יתומים.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 113048781

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading