1 week ago
$250.002 weeks ago
$100.00לע״נ אבי מורי מו״ה ר׳ יצחק משולם זושא בן אליהו דוד הלוי הכ״מ ז״ל
3 weeks ago
$500.003 weeks ago
$180.003 weeks ago
$20.001 month ago
$100.001 month ago
$50.001 month ago
$360.00לע"נ ר' אברהם יעקב ב"ר ישעי' הכהן
בס"ד
געלויבט השי"ת אז מיר האבן זוכה געווען צו אהערשטעלן אינאיינעם מיט די נדיבי לב דעם הערליכען ביהמ"ד בית אברהם יצחק, וואס איז דער תורה צענטער פאר אלע תושבי השכונה וועלכע דערקוויקן זיך דאס הארץ מיט דעם שיין צוגעשטעלטער ביהמ"ד לתורה ולתפלה, וואו מען קען אריינקומען במשך דעם יאר בכל עת ובכל שעה צו דאווענען שחרית מנחה מעריב, שבת קודש און ימים טובים, און איז ב"ה א הערליך ווינקל פאר ערליכע אידן צו דינען דעם אויבערשטן.
דערצו איז דער ביהמ"ד צוגעשטעלט אין אלע שעות פון טאג צו קובע זיין שיעורי תורה ערב ובוקר וצהרים, מיט א הערליכע אוצר הספרים, מ'זאל קענען מקיים זיין דעם כי הם חיינו ואורך ימינו מיט אלע הידורים, דער עקזיסטענץ פון אונזער ביהמ"ד האט ממש אויפגעהויבן דעם מצב הרוחני אין די געגנט צו יעדנס פערזענליכע הנאה און צופרידנקייט.
ווי באקאנט איז דער ביהמ"ד שוין ב"ה אפן קרוב צו 2 יאר, און אלע תושבי השכונה האבן שוין נהנה געווען דערפון. אצינד מוזען מיר זיך ווענדען צום חשובען ציבור כדי צו מאכן זיכער אז דער ביהמ"ד זאל זיך דעקן און קענען האבן א שטארקן קיום.
ב"ה אז עס קומט אריין א שיינעם סכום דורך נדרים ונדבות, אבער עס דעקט נישט די גאנצע הוצאות, וואס ווי פארשטענדליך זענען די הוצאות אויפצוהאלטען אזא מקום קדוש אימגעהויער גרויס, דהיינו לעקטער, קלינינג, פאקן ספרים, טישטוכער, משמש, און אלע אנדערע אויסגאבן.
דערפאר טוען מיר אפעלירן צו אייך תושב השכונה וועלכער האט הנאה און געניסט פון דעם ביהמ"ד, צו נעמען א חלק מיט א נדבה שיש בה ממש צו העלפן דעם עקזיסטענץ פונעם ביהמ"ד, און דערמיט וועט איר זיין א שותף אין דעם קיום פאר אייך און פאר ציבור.
דער זכות פון אויפהאלטן א מקום תורה ותפלה וועט זיכער ביישטיין פאר אייך צו געבענטשט ווערן מיט ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם, ומי שמייחדים בתי כנסיות לתפלה הקב"ה ישלם שכרם וירפא לכל גופם וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם ונאמר אמן.
הנהלת ביהמ"ד
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 932440697