Donated
Goal
Donors
3 weeks ago
£20.003 weeks ago
£20.003 weeks ago
£16.003 weeks ago
£60.00💪
4 weeks ago
£20.00Where is my 60?
4 weeks ago
£20.004 weeks ago
£72.001 month ago
£30.00לכבוד מיין זונטאג נאכמיטאג חברותה...
מיר האבן זיך צוזאמען גענומען ארויסצוהעלפן אונזער חבר וואס גרייט זיך צו גיין אונטער די חופה אין די קומענדיגע וואכן בשעטו"מ.
דער חתן קומט פון א שטוב וואו עס ליידער נישטא קיין איבריג געלט. זיינע עלטערן האבן אלע יארן געטון אלעס אין דער וועלט אויפצושטעלן א תורה'דיגע ערליכער אידישער שטוב, טראץ די שווערע פינאנציעלע לאגע וואס האט אלעמאל געהערשט אין שטוב.
אצינד ווען ער האט ברוך ה' געטראפן זיין באשערטע, שפירן מיר אז עס ליגט אויף אונז דער מינימום חוב אים ארויסצוהעלפן צו גיין אונטער דער חופה, און אראפנעמען פון אים און פון זיינע עלטערן דער שווערע עול פון הוצאות החתונה, און אז ער זאל קענען גיין צום חתונה מיט א רואיגן געמיט און ישוב הדעת.
עס איז אונזער רוף צו אייך אנטיילצונעמען אין דער געוואלדיגער מצוה פון הכנסת כלה, און געדענקט אז יעדער נתינה, צו קליין צו גרויס, מאכט אויס פאר דער חתן, די כלה, און זייערע משפחות.
תזכו למצות!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 1122777