Loading

פארכאפט" פדיון שבויים"



Team טוביה כץ

3

$2,961.00

Donated

$4,000.00

Goal

44

Donors

Donate Now

44 Donors


English אידיש

בס"ד

פרישע פאַרצווייפלטע גריסן פון פראַנקרייך:

גאַנצע אידישע וועלט פאָלגט נאָך מיט אַנגסט די ווייטאָגליכע אַנטוויקלונגען פון 3 פאַרכאַפּטע אידישע קינדערלעך

- א געוויסע פארלייכטערונג אבער נאך ווייט פון צופרידנשטעלנד - באקומען נישט קיין שום אידישן חינוך רמ"ל - העראאישע פעולות זיי צו קענען קווארטירן ביי זייער'ס א געטרייען פעטער - שרעקליכער גרויזאמער געפאר דראעט אויפ'ן אם הבנים ה"י - דאנערשטאג פנחס, יולי 25 למס', א גורל'דיגער טאג פאר'ן עתיד פון א צוזאם געפאלענער אידישער שטוב - כלל ישראל וועט בהאי יומא מרעיש עולמות זיין פאר'ן רעטונג און צוריקבוי פון אן אומגליקליך-געווארענער משפחה -

פאריז, פראנקרייך. - נאכפאלגענדיג מיט אנגסט דעם ביטערן סיטואציע פון די 3 פארכאפטע אידישע קינדערלעך אויף א ברוטאלישן אופן, קומט אריין פרישע געמישטע גריסן פון זייער פארצווייפלטן מצב. פון איין זייט הערט מען א געוויסע פארבעסערונג, אז מ'האט בס"ד באוויזן זיי ארויסצונעמען פון אונטער גוי'אישע קאטוילישע הענט. פון אנדערן זייט, געפינען זיי זיך אצינד אין א סארט אנשטאלט, ווי מ'גיט זיי כשר'ס, אבער מער פון דעם "נישט"!

ווייטער אין פולסטן סכנה

דער דאזיגער אנשטאלט איז א גענצליך א פרייער גרופ-היים פאר אויך נישט רעליגיעזע אידישע קינדער. אזוי, אז די דאזיגע פרומע געוועזענע חדר-קינדער און געוועזענע תלמידות-בית חינוך לבנות, באקומען נישט דארט קיין שום אידישן חינוך, ה"י. דאס מיינט צו זאגן, אז אויך אין דעם נייעם "בעסערן" פלאץ זענען זיי ווייטער אין פולסטן סכנה צו ווערן אינגאנצן אוועקגעריסן פון אמת'ן אידישן לעבן; צו זיין שומרי תורה ומצוות - הי' לא תהי'!

צו זייער'ס א געטרייער פעטער

די העראאישע עסקנים – ארום דעם קעיס - פארארבעטן פעולות נשגבות צו קענען דערגרייכן א רעגירונגס צושטימונג, אז די 3 קינדערלעך זאלן קענען ווערן איבערגעגעבן צו זייער'ס א געטרייער פעטער, וועלכער איז גרייט זיי אריין צו נעמען צו זיך אין שטוב. אבער כדי דאס צו קענען אויס'פועל'ן, מוז מען - צו ערשט - האבן די פילזייטיגע ארבעט פון ספעציעלע געניטע לויערס, וועלכע לאזן זיך באצאלן פאר דעם אין הויכע געלט ציפערן.

א גאר טייערן עקספענשן

דערנאך, איז פאר אלעמען פארלאנגט געווארן - מטעם הממשלה - א גאר טייערן עקספענשן אין דעם פעטערס הויז, אז ס'זאל זיין לעגאל גענוג גרויס אויף צו קענען דארט קווארטירן די 3 קינדערלעך. דער דאזיגער קאנסטראקשן-פראיעקט אליין, טרייבט אריין אין ריזיגע געלטער! וואס דער פעטער זעלבסט קען עס נישט פינאנציעל דערהייבן, טראץ זיין מסירת נפש'דיגע גרייטקייט צו ראטעווען זיינע אומשולדיגע נעפיוס און ניסעס.

אכזריות'דיגן פארמעסט

ועל כולם, הערט מען א וויי-געשריי פון די נאענטע צום שווער-געליטענעם משפחה, אז א שוידערליך-שרעקליכער געפאר הענגט אין די לופטן מיט'ן נייעם אכזריות'דיגן פארמעסט פון רשעות'דיגע אנקלאגער אריין צו שליידערן דעם טייערן און געטרייען אם הבנים תחי' אין פינסטערן טורמע, ה"י! קומענדיגן דאנערשטאג פנחס, יולי דעם 25'טן למספרם איז דער טאג פון דעם פרישן גורל'דיגן פראצעס, וואס באדראעט דעם "גאנצן עתיד" פון דעם חרוב'דיגן שטוב. פאר דעם צוועק אליין דארף מען אסטראנאמישע געלט ציפערן צו דעקן די לויער קאסטן.

ברידער און שוועסטער קענען נישט

כלל ישראל - אנשים, נשים וטף - בכל מקומות מושבותיהם, וועלן אין דעם יום חמישי פ' פנחס מרעיש עולמות זיין בתפילה ותחנונים, בעטנדיג: 'עד מתי עזך בשבי ותפארתך ביד צר, עוררה גבורתך והושיענו למען שמך'. אידישע ברידער און שוועסטער קענען נישט און וועלן נישט שטיין גלייכגילטיג ווען א אידישע מאמע ווערט חלילה פאר'משפט צום ארגסטן און א אידישע משפחה פארלירט סיי דעם טאטן און סיי דעם מאמען! מיר אלע זענען דא לדור"ן; צו העלפן מיט די לויער'ס קאסטן א.א.וו. ולתפיל"ה; און צו איינרייסן פאר א ישועה מן השמים.

מיר זענען דא!

Contact number 7323013993,

checks

can be made payable to 'Chesed of Lkwd' (case number 10316, tax id 460826352)

And mailed to 19 Yehuda Way Lkwd NJ


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading