Loading

מקוה ישראל ומושיע וודאי


Donate Now

56 Teams


181 Donors


English אידיש

כזה ראה וקדש סטעטן איילענד! סטעטן איילענד איז היינט דער מוסטער וויאזוי עס בויעט זיך א נייעם אידישן ישוב, מיט פלייס און גבורה, מיט חסידישן שטאלץ און מיט זריזות. ווי אומגלויבליך איז צו זען ווי אן קיין שום הילף פון סיי וועלכע זייטיגע אינטערעסן נאר מיט אן עזות דקדושה און אן אמת'ן רצון טוב, האט זיך סטעטן איילענד אנטוויקלט און וואקסט און בליט מיט יעדן פארבייגייענדן טאג לשם ולתפארת.

ה' עמכם סטעטן איילענד! יעצט ווען סטעטן איילענד טאנצט אריין אין דער גראנדיעזער אונטערנעמונג צו בויען אן עתיד של טהרה און אוועקשטעלן א מקוה נהדרה בכלילת יופי, מיט אלע חומרות והידורים למהדרין מן המהדרין מן המהדרין, כראוי וכיאות למען טהרתן וקדושתן של ישראל מיד ולדורות, זאגט כלל ישראל פאר סטעטן איילענד: מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן!

יעצט איינמאל פאר אלעמאל ווען סטעטן איילענד שטרעקט אויס א האנט וועט כלל ישראל צולייגן א פלייצע!

יעצט איינמאל ווען סטעטן איילענד איז אנגעוויזן אין דרויסנדע הילף וועט כלל ישראל אנטקעגנקומען בסבר פנים יפות!

די תורה הקדושה מאנט פאר סטעטן איילענד:

ווייל סטעטן איילענד בעט נישט פאר זיך נאר פאר טהרתן וקדושתן של ישראל!ווייל סטעטן איילענד מאנט פאר די הייליגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט!ווייל סטעטן איילענד בויעט א יסוד היסודות לנו ולזרעינו מעתה ועד עולם.ווייל סטעטן איילענד פלאנצט איין די צוקונפטיגע דורות בקדושה של מעלה פאר טויזנטער אידן יראים ושלמים ביז משיח'ס טאג.

כלל ישראל איז מיט סטעטן איילענד!

כלל ישראל וועט העלפן בויען א יסוד!

מקוה ישראל מושיעו בעת צרה! האנדלט אייך איין קנינים נצחיים וואס וועט אייך באגלייטן לעד ולקיימת און נעמט אנטייל אין דעם גרעסטן סארט זיכוי הרבים וואס איז נאר מעגליך און זייט מזכה א גאנצע שטאט בקדושתו העליונה.

הושענא למען קדושתך הושענא! עפנט אייער ברייטהארציגע הארץ און שליסט אייך אן אין דעם קריטישן קאמפיין מיט א נתונה הגונה ברוח נדיבה און ווערט געבענטשט מיט כל טוב וטוב ווי די הבטחה פונעם הייליגן זוהר הקדוש:

מקוה ישראל מושיעו בעת צרה -- וודאי


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 861481629


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Call our donation phone system

  (929) 410-5185
Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading