Loading

Help Moshe Fight Brain Cancer & Stay Afloat



Team Hershy Weisberger

23

$285.70

Donated

$1,800.00

Goal

12

Donors

12 Donors


English אידיש

טייערע חברים, משפחה, און יעדע ווארעם אידיש הארץ,

מיר ווענדן זיך צו אייך מיט פארקלעמטע הערצער מיטהאלטנדיג די שווערע מצב ביי אונזער טייערע חבר משה בן הענטשא חנה, וואס נאך 3 יאר פון זיך מוטשענען מיט שרעקליכע קאפ ווייטאג און נאך יסורים, און נאכ'ן ארומוואנדערן פון דאקטוירים צו מומחים אן באקומען די נויטיגע הילף האט מען לעצטנס ענדליך בחסדי השם צוגעקומען צום ריכטיגן דיאגנאז אז ס'האנדלט זיך ליידער פון די ביטערע מחלה אין קאפ השם ירחם.

די גאנצע תקופה פון וואלגערנישן נישט צוטרעפנדיג די ריכטיגע דיאגנאז האט בנוסף צו די פיינפולע יסורי הנפש אים אויך אריינגעשלעפט אין שווערע חובות, יעצט מיט'ן אריינגיין אין די חדשים ווי ער וועט זיך בעזהשי"ת ערהוילן מיט די טריטמענט"ס וואס ווארט אים, אן האבן די מעגליכקייט צו ארבעטן און דעקן זיינע טעגליכע הוצאות און זיין מארטגעדז"ש, דריקט אים נאך אויך די פריערדיגע חובות און נעמט אים צו יעדע פינטל מנוחה.

די דאקטוירים געבן שטארקע האפענונג בס"ד פאר א גענצליכע רפואה, אבער זאגן אז ס'פעלט זיך אויס קריטיש וויכטיג אז משה זאל זיין גוטמוטיג און פרייליך אן קיין דאגות אויפ'ן קאפ כדי ער זאל קענען בייקומען די ביטערע קרענק.

מיט אייער נדבה פאר דעם צוועק, בנוסף צו די געוואלדיגע מצות צדקה, טוט איר אים פשוט ברענגען נענטער צו זיין רפואה בעזהשי"ת, בעטן מיר אייך, שטרענגט אייך אן יותר מכפי יכולתכם און דער רבונו של עולם וועט זיכער נישט בלייבן שולדיג און אונז אלע אויפרעכטן מיט ישועות אין אלע ענינים, און מיר זאלן שוין זוכה זיין שטענדיג האבן נאר גוטע בשורות און צו די גאולה שלימה במהרה.

מיט דאנקבארקייט,


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 581-8691

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading