1 hour ago
$18.003 hours ago
$54.005 hours ago
$50.006 hours ago
$40.006 hours ago
$180.006 hours ago
$2,000.006 hours ago
$2,000.006 hours ago
$250.00אונזער טייערער פעטער פון ארץ ישראל שטייט יעצט פאר א גאר גרויסע שמחה!
בחסדי השי"ת גרייט ער זיך אונטערצופירן צוויי קינדער אונטער די חופה, איינס נאכ'ן צווייטן, אין א קורצע צייט אפשניט!
אונזער פעטער איז א חשוב'ער תלמיד חכם, וואס זיצט און הארעוועט על התורה ועל העבודה, און גלייכצייטיג איז ער מקיים דעם נהנה מיגיע כפיו, ווען אין זיינע פרייע שעות ארבעט ער שווער צו ברענגען פרנסה פאר זיין משפחה.
ליידער האט ער אין די לעצטע צייט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע, וואס האט אים נישט ערמעגליכט צו ארבעטן און פארדינען זיין געווענליכע פרנסה פאר א לענגערע צייט, און דאס אלעס פונקט אין די תקופה ווען ער דארף זיך גרייטן צו אזעלכע גרויסע שמחות.
ווי יעדער ווייסט, קאסט חתונה מאכן אין ארץ ישראל היינט צוטאגס נישט ווייניגער ווי דא אין אמעריקע. און ווען עס קומט צו צוויי חתונות איינס נאכ'ן צווייטן, בפרט נאך אזא שווערע תקופה אן א געהעריגע הכנסה, איז דער פינאנציעלער עול גאר גרויס.
דאס איז אונזער געלעגנהייט זיך צוזאמענעמען, משפחה און גוטע פריינט, און צולייגן א פלייצע צו העלפן אונזער טייערן פעטער קענען חתונה מאכן זיינע קינדער מיט הרחבת הדעת און שמחת הלב!
יעדער נדבה, גרויס אדער קליין, וועט זיין א געוואלדיגע הילף, אראפצונעמען פון אים דעם שווערען עול, און אים געבן די מעגליכקייט זיך באמת מיטצופרייען ביי די גרויסע שמחות, אן די שווערע דאגות פון פרנסה.
דער זכות פון אזא חשוב'ע מצוה זאל ביישטיין פאר אלע משתתפים, געהאלפן צו ווערן מיט אלע ברכות והשפעות טובות, שפע ברכה והצלחה, שמחות ונחת ביי די אייגענע קינדער, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
תזכו למצות!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663