האש שלי תוקד עד ביאת המשיח דער הייליגע רבי האט געזאגט מיין פייערעל וועט שוין ברענען ביז משיח וועט קומען
טייערע חברים אונזער הארץ איז נאך זייער פארקלעמט און צישוידערט פין וואס עס האט אונז אלע דעם לעצטען זומער י"ב אב אזוי פלוצלונג באטראפן מיט דעם טראגעדיא וואס אונזער הארץ פריינד מענדי איז ארויף מיט א פייער כלול באש צים עולם האמת
אונז אלע ווילען אז עס זאל אים זיין גוט דורטן און ער זאל האבן מנוחה אונז ווייסען נישט וואס דורטן טיט זיך אפילו צדיקים דארפן האבן גרויסע זכותים אבער אונז האבן א הייליגען רבין וואס האט ציגעזאגט אז ער וועט אלע זיינע מענטשען ברענגען גלייך צים תיקון אחר הסתלקותם
און מענדי האט מיר געזאגט בזה הלשון איך בעהט דיך זאלסט פארטרבטען מעשים מיך צי ברענגען קיין אומן ראש השנה
טייערע חברים א ספר תורה דאס איז ממש די נשמה פינעם מענטש און אז מיר וועלען אריין געבען דעם ספר תורה אין אומן ראש השנה לעילו נשמתו האבן מיר באמת געברענגט מענדי צים רבין אויף ראש השנה און פין דורט און וואטער איז מענדי מסודר דער רבי האט קלאר געזאגט אז אפילו נשמות נאכן הסתלקות קומען צי אים אויף ראש השנה און דער רבי איז יעדען מתקן
דער הייליגע באשעפער האט ציגעפירט אז מיר זאלן האבן דעם רצון און אויך טרעפען אזא שיינע ספר תורה גרייט צי אפקויפן דאס איז פשוט מן השמים אז מיר זאלן עס טאן איז טייערע חברים לאמיר עס שוין מאכן געשעהן מען דארף נאך באשטעלען די עצי חיים די מענטעלע און מיר דארפן שוין געבען תשובה פארן סופר און פאר די וואס מאכן די עצי חיים און די מענטעלע
משה יעקב הורוויץ בשם כל החברים היקרים
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094