Donated
Goal
Donors
3 months ago
$100.003 months ago
$10.004 months ago
$500.00ישמח האב ביוצאי חלציו בגן עדן
דער יונגערמאן איז אריבער יסורים בגוף ובנפש כל ימי חייו
און ב"ה זוכה געווען צו חתונה האבן און ברענגען איין קינד אויף דער וועלט
און האלט זייענדיג אינגאנצן 27 יאהר האט ער געענדיגט זיין פארפלאגט לעבן און געגאנגען למנוחות
איבער לאזנדיג א יונגע צובראכענע אלמנה און קליין יתומ'ל מיט א בארג פון חובות פון אלע יארן וואס האט אפגעקאסט זיין קראנקן
לעבן
אריבער גייענדיג כמעט א האלב יאהר פון די טראגישע פטירה איז געבוירן געווארן ביי די יונגע אלמנה בשעה טובה ומוצלחת א צווילינג בעבי'ס
די אלמנה האט נישט און קען נישט אהיים נעמען די צוויי לעכטיגע קינדערלאך אן אונזער נוטיגע הילף
זי דארף א דאך איבערן קאפ און געלט צו קענען זיי ערציען ווי ס'דארף צו זיין
טייערע ברודער
מיר גייען זיך אונטערגארטלען מער ווי אונזערע כוחות און יכולת צו ראטעווען די יונגע אלמנה און די דריי קליינע יתומים'לעך
מיר מוזן, מיר טארן נישט שטיין פון דער זייט און צו זעהן איהר געוויין און געבעט נאך הילף
מיר קענען און מיר וועלן בעז"ה איהר אוועק שטעלן אויף די פיס
און דער טייערער לעכטיגער יונגערמאן מלמעלה וועט אוודאי בעטן ביים כסא הכבוד פאר יעדן וואס וועט זאגן הנני, איך בין גרייט דיר צו העלפן, זאלסט קענען האבן א רוהיגע מנוחה אין דיין פלאץ במרומים
--
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094