Donated
Goal
Donors
3 hours ago
$100.00I’
6 hours ago
$18.00Happy you're still my friend!!
9 hours ago
$100.0010 hours ago
$50.0010 hours ago
$10.00לכבוד הצדיק ר' אליעזר
11 hours ago
$36.0011 hours ago
$100.00For R' Lazer I can't say no!
11 hours ago
$10.00Thanks for all that you do
ראטעוועט!!!
א משפחה פאלט צוזאם!
א טאטע קעמפט פאר זיין לעבן — א כלה ווארט אויף איר חתונה
א גאנצע משפחה שרייט אויף הילף!
$150,000 מוז געשאפן ווערן דרינגענד!
טייערע ברידער און שוועסטער, רחמנים בני רחמנים!
עס זענען דא מצבים אין לעבן ווען ווערטער זענען פשוט צו שוואך צו באשרייבן דעם ווייטאג. ווען א משפחה, וואס האט שוין דורכגעמאכט אזויפיל צרות און יסורים, ווערט פלוצלינג באטראפן מיט נאך א שרעקליכן קלאפ, אז דאס הארץ קען עס שוין נישט פארנעמען.
דאס איז נישט סתם נאך א מעשה פון א משפחה אין נויט. דאס איז א הארץ-רייסנדע געשריי פון א שטוב וואס פאלט ממש צוזאם פאר אונזערע אויגן!
כדי צו פארשטיין די שרעקליכע טראגעדיע וואס שפילט זיך יעצט אפ, דארף מען צוריקגיין עטליכע יאר.
די היינטיגע מאמע פון דער משפחה האט אין אירע יונגע יארן גענומען אויף זיך אן אומגלויבליכן מסירות נפש.
נאך וואס איר באליבטע שוועסטער איז ליידער נפטר געווארן נאך יארן פון שווערע יסורים מיט דער ביטערער מחלה, איבערלאזנדיג זיבן קליינע יתומים, האט זי באשלאסן אוועקצוגעבן איר אייגענע צוקונפט כדי צו ראטעווען די צעבראכענע שטוב.
זי האט חתונה געהאט מיט איר שוואגער, וועלכער איז געווען 16 יאר עלטער פון איר, כדי די זיבן יתומים זאלן האבן א מאמע, א ווארעמע שטוב, און א געלעגנהייט אויפצואוואקסן אין א בית נאמן בישראל.
מיט אן אומבאשרייבליכן מסירות נפש האט זי זיי אויפגעצויגן, באגלייט און חתונה געמאכט. שפעטער האט דער אויבערשטער זיי געבענטשט מיט נאך אכט קינדער, כן ירבו.
א שטוב פון פופצן קינדער! א לעבן פון מסירות נפש, חסד און זיך אוועקגעבן פאר אנדערע!
אבער ליידער האט זיך דער רעדל איבערגעדרייט.
נאך יארן פון שווערע ארבעט און זיך פלאגן פאר פרנסה איז די משפחה אריינגעפאלן אין א שווינדלערישע געשעפט, וואו זיי האבן פארלוירן זייער גאנצע אויסגעהארעוועטע פארמעגן.
די חובות האבן זיך אנגעהויבן הויפענען, ביז זיי זענען געווען געצוואונגען צו פארקויפן זייער אייגענע דירה אין ארץ ישראל, און עווענטועל זיך אריבערציען קיין לאנדאן, צו קענען אנטלויפן פונעם אומדערטרעגליכן דרוק פון די בעלי חובות.
און טראץ אלעם האבן זיי זיך געהאלטן שטארק. זיי האבן ווייטער פרובירט אויפצובויען זייער לעבן, אויפציען די קינדער און אנגיין מיט אמונה און בטחון.
אבער יעצט האט פאסירט דאס ערגסטע…
אין די לעצטע וואכן איז דער טאטע ליידער באטראפן געווארן פון צוויי סטראוקס.
דער טאטע, דער עמוד התווך פון דער משפחה, קען שוין נישט געהעריג גיין. ער האט פארלוירן די מעגליכקייט צו רעדן, און קען נישט ארויסברענגען קיין ווארט!
ווי שרעקליך איז דאס פאר א מאמע און קינדער צו זען זייער באליבטן טאטן אין אזא מצב!
אבער דער שרעק האט זיך נישט דא געענדיגט.
נאך א רייע אונטערזוכונגען און טעסטן האבן די דאקטוירים אנטדעקט נאך א פיל ערגערע בשורה:
דער טאטע ליידט ליידער פון דער ביטערער מחלה, אין א לעבנס-געפארליכן מצב רחמנא ליצלן!
די מצב איז געווארן אזוי ערנסט, אז מען האט אים געמוזט דרינגענד אריבערפירן קיין אמעריקע פאר מעדיצינישע באהאנדלונג.
א טאטע וואס האט שוין אזויפיל דורכגעמאכט, וואס האט אויפגעצויגן א שטוב מיט פופצן קינדער, געפינט זיך יעצט אין א שרעקליכן קאמף פאר זיין געזונט און זיין לעבן.
און אינדערהיים?
א כלה ווארט אויף איר חתונה!
יא, צווישן די גאנצע שרעקליכע כאאס, צווישן שפיטעלער, דאקטוירים, טעסטן, שווערע בשורות, חובות און אומגעהויערע הוצאות, געפינט זיך אין שטוב א כלה וואס דארף אין גאר א קורצע צייט גיין אונטער דער חופה!
שטעלט אייך פאר דעם מצב.
א כלה וואס דארף יעצט לעבן אין די שענסטע און פרייליכסטע טעג פון איר לעבן, זיך גרייטן מיט התרגשות צו איר גרויסן טאג, מוז אנשטאט דעם מיטלעבן דעם שרעקליכן צער פון איר טאטן וואס איז אזוי שווער קראנק.
א מאמע וואס דארף זיך פרייען מיט איר טאכטער, דארף זיך צערייסן צווישן די שרעקליכע דאגה פאר איר מאן, די מעדיצינישע באהאנדלונגען, די קינדער אינדערהיים, און די הוצאות פון דער נאנטער חתונה.
ווי קען א מאמע טראכטן פון א חתונה, ווען איר מאן קעמפט פאר זיין לעבן?
ווי קען א כלה זיך פרייען, ווען זי ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען פאר איר טאטן?
און ווי קען א משפחה, וואס האט שוין פארלוירן איר גאנצע פארמעגן, אליין טראגן אזא אומגעהויערן לאסט?
די משפחה איז פשוט נישט בכח דאס אליין דורכצוטראגן.
די פינאנציעלע לאסט,די מעדיצינישע באהאנדלונגען, און די נאנטע חתונה האבן צוזאמען געשאפן א מצב וואס איז ממש אומדערטרעגליך.
כלל ישראל! יעצט איז דער מאמענט זיך אנצורופן!
מיר מוזן דרינגענד ווערן געשאפן $150,000 צו העלפן די משפחה דורכגיין דעם שרעקליכן קריזיס, צו העלפן מיט די שווערע הוצאות, און צו קענען צושטעלן פאר דער כלה א חתונה מיט כבוד, אן צולייגן נאך א לאסט אויף דער שוין אזוי צעבראכענער משפחה.
דאס איז נישט בלויז א מצוה פון הכנסת כלה.
דאס איז ביקור חולים, הצלת משפחה, צדקה וחסד, און אויפשטעלן א גאנצע שטוב וואס איז אויפן שוועל פון צוזאמענפאלן.
די מאמע האט אמאל אוועקגעגעבן איר אייגענע צוקונפט צו ראטעווען זיבן יתומים.
יעצט איז געקומען די צייט אז כלל ישראל זאל זיך אוועקגעבן פאר איר און איר משפחה!
מיר פירען נישט דעם באשעפרס חשבונות, אבער מיר קענען יא אראפנעמען פון זייערע פלייצעס דעם שרעקליכן פינאנציעלן לאסט, און זיי געבן די מעגליכקייט זיך צו קאנצענטרירן אויף דעם וואס איז יעצט דאס וויכטיגסטע — דעם טאטן’ס געזונט און דער כלה’ס חתונה.
טייערע אידן, מיר בעטן אייך פון טיפן הארצן:
לאזט נישט די משפחה אליין אין איר שווערסטער שעה!
יעדער נדבה, גרויס אדער קליין, קען העלפן צוריקברענגען א שטיקל רואיגקייט אין דער צעבראכענער שטוב.
זייט א שותף אין ראטעווען די משפחה, און אין ברענגען א שטראל פון שמחה פאר א כלה וואס גייט אונטער דער חופה מיט אזויפיל דאגות אויפן הארצן.
דער ציל: $100,000 — און די צייט איז יעצט!
אין זכות פון אייער רחמנות און צדקה זאל דער רבונו של עולם שיקן א רפואה שלימה פאר דעם טאטן בתוך שאר חולי ישראל, און די כלה זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מתוך שמחה, ברכה און הרחבת הדעת.
״אם אתה משמח את שלי, אני משמח את שלך״
זייט משמח די כלה — און דער אויבערשטער זאל אנפילן אייערע שטיבער מיט געזונט, נחת און שמחות!
ביטע עפנט אייער הארץ און העלפט אונז דערגרייכן דעם ציל — נאך היינט!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663