Loading

א ברודער העלפט א ברודער


Donate Now

114 Teams


358 Donors


מגבית'ן זענען דא אסאך

.צדקה צוועקן זענען דא אן א שיעור

.יא, ליידער זענען די געפילן שוין נישט אזוי סענסיטיוו היינטיגע צייטן. יעדן טאג הערט מען א נייע פרשה

!!אבער ווען עס רעדט זיך פון א יונגערמאן וואס לעבט אפאר וואכן בלויז אויף קאווע – ווייל ער האט נישט דאס געלט צו קויפן ברויט – איז עס נישט נאך א פרשה

.די ירושלימ'ע עסקנים וועלכע האבן שוין געהערט שוועריקייטן, זיי קענען שוין מעשיות – האבן נישט געוואלט גלייבן די טרויעריגן פאקט. אז דער יונגערמאן האלט פשוט ביים אונטערגיין חס וחלילה

.א בא'חנ'טע חסידישע יונגערמאן, וואס דער אויבערשטער האט אים געפרואווט מיט פארשידענע באגרעניצונגען וועלכע מאכן אים שווער דער טאג טעגליכע לעבן, פראבירט אלעס וואס ער קען צו גיין אויפן דרך המלך

.ער פראבירט צו ארבעטן, פראבירט צו אריינברענגען עפעס

.אבער וואס זאל ער טוהן אז צום גראסערי גייט ער נישט

!!נישט נאר ווייל ער האט נישט די געלט, אויך ווייל ער האט נישט די כח ארויסצוגיין פון שטוב

!ער האלט נאכן פאסטן צוויי וואכן

!!יא! צוויי וואכן האט ער געפאסט. געלעבט אויף קאווע

!!אה, ווען מ'האט אנגעהויבן צו שאפן געלט, האט ער געקויפט נאר פיש. ווייל ציינער קאסט אויך געלט

.ס'הערט זיך גאר שרעקעדיג, אבער א טונקעלע פאקט

.די גאנצע מעשה פון דער יונגערמאן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה, ס'איז נאר גענוג צו זיך דערמאנען אין די אויסטערלישע שמחה וואס איז געווען בעת ער איז געווארן א חתן. דאס שפעטסטע פון כיתה

.יעצט האט דער יונגערמאן ב"ה א שטוב מיט קינדער

.מיר ווילן נישט צוזען מיט די אויגן ווי אלעס פאלט צאם

!!מיר ווילן נישט. מיר קענען נישט. און מיר וועלן נישט

.'נאר יעצט האבן מיר געצאלט אזויפיל צדקה פון אלע זייטן'

.גערעכט. עס איז שווער

???אבער צודען וועט מען קענען זאגן אפאר יאר ארום פאר די קינדער זיינע, אז 'וואס קען מען טוהן, ס'איז געווען א תקופה פון אסאך מגבית'ן

חס וחלילה.

ביי דיני נפשות איז נישטא קיין חשבונות.

.א איינמאליגע קרן קיימת מיטן סכום פון 100,000 $ איז א ריכטיגע פיקוח נפש וואס קען נישט ווארטן קיין טאג

!הונדרעט אלפים איז נישט ווייט פון אונז

.און דאס וועט בעז"ה זיין די הצלה

.מיר קענען דאס באווייזן

.מיר קענען און מיר מוזן אוועקשטעלן אונזער געטרייע חבר על דרך המלך

.דמו ודם זרעיותיו עד סוף כל הדורות


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading