Loading

א זכות פאר די עלטערן - א זכות פאר די הייליגע טעג!



Team משפחת מו"ה ישראל אברהם קרויס הי"ו

1

$7,598.00

Donated

$5,000.00

Goal

28

Donors

28 Donors


English אידיש

העלפט ראטעווען דעם בית החיים בעיר נירדיולאי (Nyírgyulaj Hungary) וואס איז אין זייער א שוואכע צושטאנד איבערהויפט אז עס איז נישט דא קיין שום גדר ארום די בית החיים דער הייליגער שער המלך שרייבט מיט א שרעקליכן לשון וועגן בתי חיים וואס זענען פארלאזט און איז אן א גדר: "והוא עון פלילי לנהוג מנהג בזיון לקדושים אשר בארץ המה." ער רופט אויס צום ציבור: "לגדור פרצות." און ער שרייבט ווייטער אז ווען מען טוט א חסד מיט די נפטרים, קענען זיי זיין גוטע מליצי יושר פאר זייערע דורות: "ימליצו טוב בעדינו... ולמשפטינו יעמדו כחומה סביב." דער הייליגער חתם סופר שרייבט: "לבנות חומה לשמירת המתים המופקרים." און וועגן די אלע וואס נעמען אנטייל אין אזא הייליגן פראיעקט שרייבט ער: "והחסד שעושים עם המתים היא חסד של אמת." נאך מער: "הרי הם כמנדבים למלאכת המשכן." ווי זעלטן מאכט זיך אין לעבן אז א מענטש זאל באקומען אזא גאלדענע געלעגנהייט צו טון א חסד של אמת פאר זיינע אייגענע זיידעס און באבעס, פאר אידן וואס האבן געלעבט מיט אמונה, אידישקייט און מסירות נפש, און אין זייער זכות שטייען מיר היינט דא און טאקע יעצט ווען מיר שטייען שוין ביי די הייליגע טעג און מען זוכט שוין זכותים און דען נישט די בעסטע זכות צו טוען אזא מצוה פון העלפן די עלטערן מען קויפט זיך איין מליצי יושר פשוט כמשמעו א זיידע אויבן אין הימל וואס זאל מתפלל זיין אויף אייך און די גאנצע משפחה בעטן מיר פון אייך אפילו ס'איז נישט אייביג גרינג צו געבן לאמיר צוזאמען פראבירן צו אהערשטעלן דעם פראיעקט און פארשאפן די נויטיגע סומע און קענען בויען א גדר און דערמיט ראטעווען דעם בית החיים, תזכו למצות און א כתיבה וחתימה טובה, א זיס לעכטיג יאר און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ויקיצו וירננו שוכני עפר א שנת גאולה וישועה אמן.

אדרעסס צום בית החיים https://maps.app.goo.gl/PNa45Psh7Ng2t7RW6

אילן יוחסין של משפחת קרויס, מיט מקורות און אינפארמאציע

https://www.myheritage.com/family-trees/k/OYYV77FXUMVTK3J4SPS2IYA3QTFFC3I?familyTreeID=1


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 456-6102

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading