Loading

Help him settle, Rescue operation!



135 Donors


English אידיש

איך קום נישט דא דרייען קיין קאפ. איך לייג אלעס אויפן טיש.

מיר רעדן דא פון א חוב פון איבער $130,000. נישט פון קיין לוקסוס. נישט פון קיין וואקאציעס. נאר פון וועלן טון א טובה פאר א צווייטן איד מיט א "צו-גוט" הארץ.

סטאָרי נומער 1: א איד, א "ביזנעסמאן", האט גענוצט מיין קרעדיט קארד. איך האב מיטגעהאלטן די טרענזעקשענס, ס'איז נישט געגאנגען פאר מותרות, ס'איז געווען ליטערלי פאר "ברויט און פוטער". ער האט געסווייפט און באצאלט, א גלגל החוזר, ביז די באנק האט אים פארמאכט. דער רעזולטאט? ער האט נישט מיט וואס מיר צו באצאלן. מער ווי פופציג אלפים חוב.

סטארי נומער 2: א האלבע יאר צוריק. איך בין אליין געווען געדרוקט, אבער א חבר בעט א טובה: "בארג מיר 80 אלפים אויף דיין קרעדיט". כדי ער זאל קענען ענדיגן א דיעל. ער האט מיר צוגעזאגט אז ער וועט צולייגן א גוטע סכום ווען ער וועט באצאלן. איך האב נישט געקענט זאגן ניין. איך האב אים געבארגט. למעשה? זיין "דיעל" איז נישט דורך. דאס געלט איז נישטא. און איך בין געבליבן סטאק מיט די חובות.

"עד כאן הגעלט מעשיות — יעצט הערט די עכטע צרה:"

די חובות האבן מיר אנגעהויבן אראפשלעפן אין תהום. ס'איז שוין נישט קיין געלט פראבלעם, ס'איז א לעבנס פראבלעם. איך שפיר ווי איך לעש זיך אויס, איך קען נישט מער אויב עס גייט אזוי ווייטער. די חובות באדראען יעצט אלעס וואס איך פארמאג: 🚫 ס'באדראעט מיין עקזיסטענץ. 🚫 ס'הארגעט מיין ביזנעס. 🚫 און דאס ערגסטע: ס'הייבט אן באדראען מיין שלום בית.

דער מאמענט פון באשלוס: איך וואלט געקענט שרייען. איך וואלט געקענט אנמאכן בזיונות פאר די וואס האבן מיר דאס אנגעמאכט. אבער איך האב מיך געפרעגט: "גייט מיך עס ברענגען געלט אויב איך באשמוץ יענעם?" דער ענטפער איז ניין. איך גיי נישט פארגליווערן בלוט פון א צווייטן, אפילו איך טרינק מיך.

איך בעט איין זאך: כ'האב געמאכט א טעות — און גלייבט מיר, I’m not repeating that mistake — אבער יעצט דארף איך אייער הילף ארויסצוקריכן פון דעם בלאטע. איך בעט ענק אלס חברים, אלס ברידער: זייטס דא מיט מיר אין די קומענדיגע תקופה ביז איך סעטל מיך!

ראטעוועט מיין שטוב, ראטעוועט מיין עתיד. תזכו למצוות


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading