Loading

בנין הכנסת אורחים דק"ק זענטא יצ"ו


Donate Now

27 Teams


135 Donors


בעזהשי"ת

שטייענדיג אין אזא היסטארישע זמן אריינטרעטנדיג אין די מלאכת הבני' פונעם בנין הכנסת אורחים לאמיר אביסל אויפוויקלען

א בינטעלע זכרונות איבער דער נאסטאלגישער שטאט זענטא וואס האט געשיינט מיט אידישקייט און ערליכקייט.

זענטא

איז געווען א גרויסע שטאט פאר יענע צייט. שוין פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק איז עס געווען באקאנט

אלס א חסידישער ישוב, א גרויסער טייל דערפון איז געווען וויבאלד הרה"ק רבי משה מזענטא זצ"ל האט זיך דארט באזעצט,

און דאס האט געברענגט דערצו אז נאך פיל חסידישע אידן זאלן זיך דארט באזעצן.

עס האט אזוי אנגעהאלטן ביז דער צווייטער וועלט קריג, ווען די זענטא אידן האבן ליידער מיטגעטיילט דעם זעלבן גורל ווי די

אנדערע מיליאנען קדושים הי"ד. אין לויף פון די יארן האט די שטאט פארמאגט עטליכע חשוב׳ע רבנים,

צווישן זיי איז הגה"צ רבי יצחק היילברוין זצ"ל, וואס עטליכע תשובות פונעם הייליגען חתם סופר ווערט געשריבן צו אים.

אויך הגה"צ רבי משה יהודא לעבאוויטש זצ"ל, וואס ווי באקאנט האט אים הגה"ק הייטב לב זי"ע געגעבען די רבנות אין זענטא

זאגענדיג 'איך גיב דיר איבער די רבנות דארט, אבער ווען עס וועט קומען די צייט וועל איך עס אפנעמען'.

אויף זיינע עלטערע יארן האבן די ראשי קהלה געוואלט אויפנעמען רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע פאר רב,

האט ער זיך זייער געפרייט זעהנדיג אז די ווערטער זיין פון רבי דער ייטב לב זי"ע ווערט מקיום.

ווען הגה"צ רבי משה יהודא ז"ל איז נפטר געווארן בשנת תש"א, איז רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

געקומען איבערנעמען די רבנות אלץ אב"ד ור"מ אין שטאט ביז דער צווייטער וועלט קריג בשנת תש"ד.

עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז צווישן די אייניקלעך פון הרה"ק משה מזענטא זצ"ל,

אינאיינעם מיט אלע יוצאי זענטא והגלילות, אייניקלעך פון די אנדערע אידן וואס ליגן דארט,

איז פארהאן א חשבון פון "עטליכע טויזנט" ערליכע אייניקלעך יראי ה' וחושבי שמו הע"י

וואס וואוינען היינט צוטאגס איבער אלע עקן וועלט.

דער בית החיים

דורכאויס די יארן נאכן קריג איז די ביה"ח אויפגעהאלטן געווארן דורך חשוב'ע יוצאי זענטא,

וואס האבנדיג זיידעס נטמן אינעם ביה"ח, האבן זיי במשך די יארן נאכן קריג זיכער געמאכט אז

דער ביה"ח ווערט פאסיג אויפגעהאלטן, צווישן זיי הרה"ח ר' יוסף לייב סופר ע"ה וואס האט מיט

צענדליגער יארן צוריק זיך צוריק געצויגן קיין זענטא פאר א לענגערע צייט כדי צו זיין אן איינוואוינער

און אויפגעבויט א הערליכען שטיינערנעם גדר ארום א גרויסן חלק פונעם ביה"ח,

וואס האט געקאסט א הון רב בימים ההם, ווי אויך הרה"ח ר' שלמה עהרנפעלד ע"ה

וואס איז געשטאנען בראש און ארויסגעהאלפן מיט לעגאלע אנגעלעגנהייטן,

ווען א חורבה וואס איז געווען אויפן שטח בית החיים און האט געדינט אלס חלק פונעם אלטן גדר,

זאל צוריק קומען אינטער די איינגעטומערשאפט פונעם ביה"ח און חלילה נישט בלייבן אין גוי’שע הענט,

נאכדעם וואס א לאקאלער גוי האט דורכאויס די מלחמה יארן זיך געמאכט באקוועם אינעם חורבה

וואס האט באלאנגט פארן ביה"ח, אין אויף דעם פלאץ האט מען געמאכט א גדר כדי דער ביה"ח זאל

זיין אינגאנצן פארמאכט און אפגעהיטן. די טעכנישע רייניגונג ארבעט ליגט לע״ע

אויפן לאקאלן גוי וואס וואוינט אויפן ביה״ח און דינט אלס שומר, ער איז שוין אבער שטארק

פארעלטערט אין ער איז מער נישט ביכולת אויפצוהאלטן דעם ביה"ח,

דאס האט צוגעברענגט אז דער ביה״ח איז געווארן שטארק נאכגעלאזט און באוואקסן,

ווי עס זאגן עדות די מערערע באזוכער. נאך וואס עטליכע אייניקלעך יוצאי זענטא

האבן אינאכט גענומען דעם מצב, האבן זיי זיך פארבינדן מיט עסקנים פון אנדערע בתי חיים,

וועלכע האבן גע'עצה'ט אז דער ריכטיגער מהלך וועט זיין אויפצונעמען א נייעם שומר וואס זאל

פארפיגן אויף דעם בית החיים און פארזיכערן אז עס ווערט גערייניגט און אויפגעהאלטן כראוי וכיאות.

די לעצטיגער מצב

ווי באקאנט איז אין די לעצטערע יארן אנטשטאנען א פארמערונג פון נסיעות צו פארן אויף קברי צדיקים.

עס האט זיך טאקע אנגעזען א דראמאטישער אויפשטייג פון הונדערטער אידן יוצאי זענטא

וועלכע קומען יאר-יערליך מתפלל זיין ביי די ציונים הקדושים פון אבותינו ורבותינו וואס ליגן אין זענטא,

אויסצו'פועל'ן ישועות ורפואות למען הכלל והפרט. די מציאות ווייזט אז היות די געגנט איז עטליכע שעה ווייט

פון סיי וועלכער אהערגעשטעלטער מקום, און עס איז ניטאמאל דא צוגעשטעלט די מינימאלסטע

מענטשליכע געברויכן, א שטייגער ווי ביהכ"ס, וואסער, קאווע און לייכטע איבערבייס,

האלט עס צוריק גאר אסאך מענטשן פון קומען פוקד זיין די ציונים הקדושים פון

אונזערע עלטערן וועלכע ליגן דארט, וואס ווי באקאנט איז דאס גאר וויכטיג די גוים זאלן

וויסן אז דער ביה"ח איז נישט הפקר. אומגעפער צוויי יאר צוריק איז דורך א וואונדערליכער

השגחה פרטית אנגעקומען א מודעה צו עטליכע אייניקלעך יוצאי זענטא אז דאס

הויז הארט נעבן דעם בית החיים שטייט צו פארקויפן.

די מודעה איז געקומען דורך א סייעתא דשמיא, ווען אן ארנטליכער שכן,

וועלכער שטייט שוין יארן אין קאנטאקט מיט עטליכע יוצאי זענטא בנוגע דעם

בית החיים און העלפט סיי ווען ער קען נאר האט איבערגעגעבן אז א

שכן וויל פארקויפן זיין הויז און האט אפאר אפציעס פון גוים וואס ווילן עס אפקויפן.

ער האט צוגעענדיגט אז מען זאל פרובירן צו רופן דעם גוי און אים פרעגן,

אויב ער איז גרייט צו פארקויפן דעם הויז פאר די יוצאי זענטא.

האט מען זיך תיכף ומיד פארבינדן מיטן הויז איינגעטומער, וואס וואוינט יעצט אין דייטשלאנד.

ער האט געזאגט אז ער האט עטליכע אנבאטן אויפ׳ן טיש,

אבער ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט די עסקנים יוצאי זענטא. הערענדיג דאס,

האבן זיך עסקנים תיכף ארויסגעלאזט קיין אייראפע און זיך אראפגעזעצט מיטן אים.

נאך א לענגערע משא ומתן פון פארהאנדלונגען, איז דער גוי איינגעגאנגען פאר א הסכם און מען האט זיך געגרייט פארן מקח.

און אן אינטערעסאנטע אנעקדאט, האט דער מוכר זיך אויסגעדרוקט ביי די נאכפאלגענדע פארהאנדלונגען,

אז ער איז זייער צופרידען צו קענען פארקויפן די הויז פאר אידן, ווייל ער האט באקומען די הויז פון זיין טאטע וואס האט דא

געוואוינט נאך פון פאר די קריג און זיין טאטע האט אייביג געזאגט אז אידן זענען זייער ארענטליכע מענטשן.

אינצווישן איז אינטערגעקומען די מאסיווע ראיאטן, ווי באזונדער באריכטעט, וואס דאס האט פארצויגען די גאנצע פראצעדור.

ברוב סייעתא דשמיא האט מען ב"ה דעם פארגאנגענעם יאר חודש אב תשפ"ה ענדגילטיג אפגעקויפט דאס הויז פונעם גוי.

אין די לעצטערע חדשים האבען די חשוב'ע יוצאי זענטא עוסק געווען אין די פלענער אהערצושטעלן

דעם בנין אלץ א בנין הכנסת אורחים. אז ווען אידן קומען מתפלל זיין אויפן בית החיים

אדער אין די אומגעגענט ווי קניזשא, אדא, אילאק, און פעטראווסעלא,

זאל מען וויסן אז עס איז דא א דאך איבער'ן קאפ וואו זיך אפצושטעלן כאפן א טרונק,

לערנען, דאווענען, מקוה, און האבן די מינימאלע מענטשליכע געברויכן צוגעשטעלט בעז"ה.

ווי מען האלט יעצט זענען די פלענער גרייט און מען האט שוין אנגעהויבן מיט די פאקטישע בוי ארבעט.

דאס קומט נאכדעם וואס עס איז אויפגעהאלטן געווארן די לעצטערע צייט, צוליב וואס אין די ארטיגע שטעטלעך

האלט מען זיך צוריק פון בויען און די ווינטער חדשים צוליב די קעלט.

לויט די פלענער וועט בעז"ה ווערן צוגעשטעלט א מקוה מפוארה

צוגערישט מיט אלע באקוועמליכקייטן ווי בענק, שאויערס, זייף, האנטוכער, וכדומה, מיט אלע איינריכטונגען כליל בהדרה.

ווי אויך א היכל הביהמ"ד מיט טישן, בענקלעך, סידורים, חומשים, תהילימ׳ס, משניות, ש"ס און נאך.

כדי דער ציבור זאל קענען דאווענען און לערנען כראוי ווען מען קומט מתפלל זיין אויפ'ן בית החיים.

נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז נישט דא אזא זאך אין די גאנצע געגענט,

וועט עס זיין א ציאונגס-קראפט פאר אלע ארומיגע געגענטער.

אזוי אויך וועט די געביידע ווערן איינגערישט מיט א קיך מיט סיי מילכיגע און עקסטער פליישיגע כלים, אן עס-זאל,

און בתי כבוד עקסטער פאר אנשים און עקסטער פאר נשים. עס וועט צוגעשטעלט ווערן לייכטע איבערבייס

און משקאות פאר די הונדערטער אידן וואס זענען יאר-יערליך פוקד דעם מקום קדוש.

אין דער זעלבער צייט האט מען אוועקגעשטעלט א ספעציעלן וועד בעלי בתים, וואס שטייען בראש

פון דעם בנין הכנסת אורחים, און טוען פארזיכערן אז אלעס ווערט צוגעשטעלט על צד היותר טוב

אינטער דעם אויפזיכט פון די חברי הוועד אצינד ווען מען איז שוין אריין אין דעם היסטארישן פראיעקט פון אהערשטעלן

דעם בנין הכנסת אורחים כליל בהדרה, כדי מען זאל קענען פארענדיגען דעם פראיעקט,

מוז געשאפן ווערן די נוטיגע סכומים קומען מיר צו אייך חשוב'ע נדיבים בעם יוצאי זענטא, מיט א הארציגן רוף מעומק הלב:

עשה למען שוכני עפר !

ביטע העלפט אונז פארווירקליכן דעם גראנדיעזן פלאן מכוח אל הפועל !

איר האט אצינד די געלעגנהייט אפצוקויפן איינס פון די זכותים נשגבים אין דעם בנין,

און מיט דעם האט איר א פאקטישן טייל אין די שעות של תורה, עבודה און גמ"ח, טבילה במקוה וואס גייט פון דעם ארויסקומען.

שוין אפגערעדט אז א דאנק אייער הארציגער נדבה וועט נתרומם ווערן דער כבוד פון אבותינו ורבותינו זי"ע

וועלכע ליגן אין דעם בית החיים אין זענטא, ווען פיל מער מענטשן בכלליות,

און נאך הונדערטער אייניקלעך בפרטיות, וועלן אנהייבן קומען פוקד זיין זייערע ציונים אין לויף פונעם יאר.

"ווי קען מען דען שאצן די גרויסקייט פון דעם זכות"

עס איז בלי שום ספק אז אבותינו ורבותינו זי"ע וואס זענען דארט נטמן געווארן וועלן אויבן אין הימל

זיין א מילץ יושר פאר די אלע וואס שליסן זיך אן מיט סכומים הגונים לטובת דעם אויפבוי פון דער בנין המפואר.

לייגט עס נישט אפ! כאפט אריין איינס פון די זכותים!

ובזכות זה זאלט איר זוכה זיין לכל הברכות האמורות בתורה, בשפע ברכה והצלחה וכל טוב סלה, עד ביאת הגואל אמן.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663

Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading