Loading

UNLIMITED KTC



289 Donors


עס איז עפעס וואס איז אין די לופט אז 'חברים איז

גוט אהערגעשטעלט'. מען דארף עס ניטאמאל

זאגן ווייל יעדער שפירט עס, אפגעזעהן ווער

עס האט שוין איינמאל פרובירט צו רופן חברים

און זיך נישט געקענט איבערקומען וואו שנעל

די מעמבערס זענען אנגעקומען, און וואו געניט

די הילף איז געגעבן געווארן.

זינט חברים האט ערהאלטן

פונעם ציבור ביים פארלאפענעם

קאמפיין מיט צוויי יאר צוריק

די מעגליכקייט איינצוקויפן און

אויסשטאפירן די מעמבערס

מיט וואס זיי דארפן כדי צו

קענען העלפן דעם ציבור, האט זיך

פיל געשטארקט די כוחות פון די

מעמבער'ס און אוודאי איז דאס עפעס פון

יעדער תושב בענעפעטירט דערפון

דירעקט.

עס איז אבער עפעס ניי

געשעהן אין די לעצטע

יאר, זינט חברים האט

אנגעהויבן צו גיין

'אנלימיטעד', מיטן

ארויסגיין פון די

נארמע פון די רוטינע

חברים פעולות

זייענדיג פאקוסירט

אויפן ציל פון איין פשוט'ע און פאראייניגטע

ציל, נעמליך: העלפן דעם ציבור וואו מער!

עס איז פשוט געווארן א געוואוינהייט ביים

ציבור ווידער צו זעהן א פראיעקט דעליווערט

דורך חברים, טראצדעם וואס די עסקנות וואלט

ווערן גערן געקענט איבערגעלאזט ווערן פאר א

צווייטן, בעת חברים האט ב"ה גענוג אויף זייער

טישל.

לייט'ס אויף די גאסן פאר א בלעקאוט, רעדער

צו בארגן, קעידשעס צו בארגן אינאיינעם מיט

אנווייזונגען, א טאואינג טראק אומזיסט סיי וואו

אין נארד אמעריקע, און מער, די אלע זאכן האבן

שייכות איינע צום צווייטן אזוי ווי

די זאכן האבן שייכות צו חברים

וואס האט עס אבער יא מיט

חברים? ווייל מען קען מיט די

זאכן העלפן א איד!

אה! מען קען העלפן א איד?

דאן ווילן מיר עס טון! זאגן די

געטרייע חברים מעמבערס.

ווייל חברים זענען בלויז א גרופע

פון חברים, ווייל כל ישראל חברים

זה לזה, גאנץ פשוט!

• חברים איז שוין אויסגעוואקסן 'גרייטקייט' ווייל

זיי זענען נישט בלויז גרייט צו טון וואס מען בעהט,

נאר זיי זוכן אליין 'אנלימיטעד' פראיעקטן מיט

וואס זיי קענען העלפן דעם ציבור.

העלפן לשם העלפן, ווייל דאס איז דער רצון

השם!

עס פארשטייט זיך שוין אצינד פיל בעסער

פארוואס דער ציבור רופט זיך

ווארעם אן צום רוף פון

חברים, ווייל דא הערט

מען נישט א רוף פון

אן ארגאנציזאציע, דא

הערט מען ליבערשט

א רוף פון א גוטן

חבר וואס זאגט: מיין

טייערער חבר, קענסט

מיר העלפן? ווייל איך וויל דיר ווייטער העלפן.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share
Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading