Loading

ישיבה נתיבות החיים


Donate Now

1,585 Donors

  • Shaye Neiman יודי וועבער

    1 week ago

    $100.00
  • Phone Donation Yosef Yisroel Shtossel

    1 week ago

    $40.00
  • Anonymous ר' פינחס נתן לויבער הי"ו

    2 weeks ago

    $2.00

    לאמיר דיך זאגן אזוי די ביסט די גרעסטע משיגענער אין היסטאריע. און די מיינסט אז עולם התורה איז צוזאמען מיט נתיבות החיים ננננייייןןןןן די שוטע זאלסט וויסן איך בין דיך נישט מוחל איך בין דיך נישט מוחל איך בין דיך נישט מוחל איך בין דיך נישט מוחל .

  • Yidel Schwartz Secretary

    3 weeks ago

    $360.00

    Yeshiva reached 100k now I'm keeping my promise. TOTTY AND MOMMY

  • Phone Donation Yeshia Deutch

    3 weeks ago

    $10.00
  • גבאי צדקה ר' פינחס נתן לויבער הי"ו

    3 weeks ago

    $3,000.00
  • Hershey Gluck Junior ר' אליעזר הערש ראזענפעלד הי"ו

    3 weeks ago

    $50.00

    אליעזר הערש מ'קען זיך דעטרענקען אין דיין הארץ, פון די געפילן, און פארשטאנד, וואס די האסט צו צווייטען יוד'ס נשמה

  • גוטע אידן יודי וועבער

    3 weeks ago

    $9.00

English אידיש

בס"ד

מיר לערנען זיי אויס וויאזוי צו לערנען תורה; וויאזוי צו פארשטיין די תורה; און וויאזוי צו לעבן א אמת׳ע תורה׳דיגע לעבן.

אדרבה, פרעגט אייך נאך איבער די אויסערגעווענליכע הצלחה מיט די תלמידים ביז אהער.

כדי דאס צו ערמעגליכן:

זענען די שיעורים איינגעטיילט אין קליינע כיתות פון איינצעלנע בחורים אויפאמאל, אזוי אז מען זאל זיך ריכטיג קענען אפגעבן מיט יעדער תלמיד, צו פארשטיין די לימודים אויף זיין פערזענליכע שפראך און צוגאנג. אלעס ווערט איבערגעגעבן מיט אן אייגנארטיגע קלארקייט און זיסקייט; באגלייט מיט א שטארקע בענעמונג אויף מידות טובות ודרך ארץ.

כדי דאס אויסצופירן:

פעלט זיך אויס אויפצוהאלטן א גרויסע שטאב פון מייסטער ערפארענע מגידי שיעורים און חינוך ספעציאליסטן, וועלכע פארשטייען צו א נפש פון א דרייצן-יעריגע בחור׳ל אין אונזער סביבה און געזעלשאפט. און דערביי פעלט זיך אויס כמעט אזויפיל מומחיות׳דיגע איינגעשטעלטע ווי תלמידים.

כדי דאס צו באווייזן:

דארפן מיר דעקן יעדן חודש ריזיגע סכומים געלטער פאר שטאב און נויטיגע באדערפענישן וועלכע פאדערט זיך דאס צו ערמעגליכן; אויסצופירן; און באווייזן. דער עול פון דעקן אזא בודזשעט פון אזוינע אומגעהויערע און ענדלאזע קאסטן, איז נישט מעגליך פאר אונז אליין צו טראגן ווייטער. און מיר האלטן ביים אונטערברעכן חלילה.

כדי דאס אנצוהאלטן:

דארפן מיר בעטן הילף… מיר דארפן הילף פון אידן אזויווי אייך אונז ארויסצוהעלפן מיט די עבודת הקודש, פון איבערגעבן די הייליגע תורה ווייטער פאר אונזערע דורות; פאר אונזערע קינדער; פאר אונזערע שטיבער; פאר אונז אליין; מיט א אמת׳קייט וועלכע גייט אריין אין יעדעס אידישע הארץ, מיט ווארעמקייט אין ליבשאפט.

ביטע שטיצט אונז; לאמיר אינאיינעם ווייטער בויען ערליכע דורות; יישר כוחכם!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 588-9026
Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading