Loading

יואלי'ס חתונה
"לקרבו ולחזקו לרוממו ולנשאו"



Team Shamshy Zryl משפחת אברהם אבינו

1

$873.00

Donated

$1,800.00

Goal

17

Donors

17 Donors


מיר אלע קענען אים, מיר אלע האבן הנאה פון זיין ווארעמע שמייכל און גוטע הארץ, מיר אלע

האבן געדאוונט פאר אים, מיטגעשפירט מיט זיין צער און זיך געפריידט מיט זיין שמחה, און מיר

אלע וועלן אים העלפן!

נאך אזויפיל יארן וואס מיר האבן געבעטן יואל בן רחל שרה זאל זוכה זיין צו א זיווג הגון,

בפרט כ"ק מורנו ורבינו שליט"א וועלכער האט זיך פערזענליך אפגעגעבן מיט אים און איינגעריסן

פאר אים ביי די הייליגע תפילות אין יעדן געלעגנהייט, איז יואלי ברוך השם א חתן געווארן און

גרייט זיך אט אט צו גיין אונטער די חופה און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

יואלי איז אדורך ביטערע שווערע צייטן, אבער זיך אלעמאל געהאלטן שטארק מיט אמונה און

בטחון. אפילו נאך וואס ער איז פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאטע און זיך נעבעך געפלאגט מיט א

שווערע תקופה ל"ע, איז זיין שמייכל נישט פארשוואונדן געווארן און מיט א שטארקע אמונה האט

ער זיך דערהאלטן אין די שווערסטע מצבים, ווען עס האט שוין אויסגעזען ווי ער וועט חלילה

בלייבן אליינס א גאנץ לעבן…

יואלי איז אונז אלע מחייב - לאמיר אים נישט לאזן אויפן וואסער!

דער רבי שליט"א בעט זיך: "פתחו לבכם כפתחו של אולם

לעמוד לימינו ליקח חלק בראש בהוצאות הרבות לסייעו ולתמכו במדה גדושה, לקרבו ולחזקו

לרוממו ולנשאו".

גאנץ כלל ישראל פון איבער די וועלט עפענען די הערצער צו העלפן

אונזער חבר יואלי און זענען זוכה צו אלע ברכות און השפעות טובות.

"כִּי אִם צָעֹק יִצְעַק אֵלַי, שָׁמוֹעַ אֶשְׁמַע צַעֲקָתוֹ"


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading