Loading

החזקת בית החיים דק"ק זענטא יצ"ו



26 Teams


88 Donors


בעזהשי"ת

עשה למען אהבך שוכני עפר

מיט דעם טוען מיר זיך ווענדן צו אלע אייניקלעך יוצאי זענטא כל אחד בשמו הטוב יבורך.

ווי באקאנט איז די בית החיים אין שטאט זענטא – סערביע מלפנים אונגארן - געווארן אויפגעהאלטן גאר גוט במשך די יארן ברם יזכר לטוב הרה"ח ר שלמה עהרנפעלד ע"ה וואס איז געווען דער מתחיל און אויפגעהאלטן דעם בית החיים במשך אלע יארן זייט די קריג, און געהאלפן מיט לעגאלע הילף אז די הויז וואס האט אויך געדינט אלץ א חלק גדר און איז איינגעפאלן זאל נישט אריינפאלן צו פרעמדע הענט. אויך דארף דערמאנט ווערן הרה"ח ר' יוסף לייב סופר ע"ה וואס האט אליין גענומען אויף זיך בגוף ובממון און געמאכט פון דאסניי א חלק גדר וואו די בית החיים איז אייביג געווען אפען און הפקר. און משפחת פאללאק וואס איז נושא בעול אלע יארן וואס עס ווערט באצאלט יאר יערליך די קאסטן פון האלטן דעם בית החיים ריין ווי עס פאסט פאר א בית מועד לכל חי.

די טעכנישע חלק איז ביז היינט געטוען געווארן דורך אבותינו, וואס ווי באקאנט פארמאגן זיי אן אייגענע שטאב, בעיקר אין אונגארן. אבער אין לאנד סערביע ווי זענטא געפינט זיך איז די הילף פון אבותינו געווען די פארבינדונג מיטן גוי וואס וואוינט ביים בית החיים, וואס דער גוי פלעגט אויספירן די ארבייט פון שניידן גראז און האלטן דאס פלאץ זויבער, און אבותינו פלעגט אים שיקן דאס געלט.

לעת עתה איז דער גוי שוין גאר אלט, נישט געזונט און ווערטלאז פאר די ארבעט פון האלטן זויבער די בית החיים. עטליכע אידן וואס זענען דארט געווען לעצטענס זענען געקומען זאגן און געוויזן בילדער אז די בית החיים איז ווייט פון ווי אזוי א בית החיים דארף אויסזעהן און דער גוי האט אויך פארלאנגט איינטריט געלט וואס ער טאר נישט.

נאכן זיך דורך רעדן מיט אנדערע אידן וואס האלטן אויף אנדערע בתי חיים אין סערביע וואס די מהלך דארף דא זיין, איז באשלאסן געווארן אויפצונעמען א מענעדזשמענט קאמפעני וואס זיי וועלן בעזהשי"ת האלטן דאס פלאץ זויבער. און זיי וועלן כסדר שניידן די גראז אינעם בית החיים, און אזוי אויך ווען מ'דארף סיי וואס עס זאל געטוען ווערן, וועט די מענעדזשמענט קאמפעני טאן די ארבעט עס זאל געטוען ווערן כראוי. גלייכצייטיג דארף מען פאררעכטן א חלק גדר וואס איז אויפגעריסן. דאס דורכצופירן פארלאנגט זיך צו לייגן א נייע טיר אריין צום בית החיים מען זאל נישט דארפן צוקומען צום גוי ווי אזוי עס איז געווען ביז יעצט. נאר די מענעדזשמענט זאל קענען צוקומען ווען זיי דארפן, און אויך יעדער איד וואס קומט מתפלל זיין זאל קענען אריין גיין דורך דעם נומבער שלאס.

על כן קומען מיר דא מיט א בקשה פון חזקינו נא אך הפעם הזה. נאך אזויפיל יארן וואס די זענטא בית החיים איז געווען ריין און מ'האט כמעט נישט געבעטן געלט פון קיינעם, קומען מיר דא מיט א רוף פון עשה למען שוכני עפר לאמיר צוזאם שטעלן די געלט מ'זאל קענען ענדיגן אוועק שטעלן די בית החיים ווי עס דארף צו זיין, אז עס זאל נישט ווערן נאכגעלאזט און דערנאך קאסטן נאך מער געלט.

ווילן מיר דא בעטן יעדען אייניקל פון אונז יוצאי זענטא זאל געבן למען הצלת זענטא בית החיים, פרוטה ופרוטה מצטרפת לסכום גדול און אז יעדער וועט געבן אפילו א קליינע סכום קען מען בעז"ה האבן די געלט וואס ס'פעלט יעצט אויס צו קענען צוריק שטעלן די בית החיים כראוי און עס גאר פארבעסערן. און איינער וואס איז פארמעגליך און קען געבן מער, איז אדרבה מה טוב ומה נעים וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים עס וועט נאר זיין א הילף צו אנקומען צום ציל צו קענען אוועק שטעלן די בית החיים כראוי און די זיידעס וואס ליגן דארט וועלן זיכער ממליץ טוב זיין פארן העלפן האלטן דאס פלאץ זויבער.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading