Loading

צענדליגע טויזענטע אמן/ אמן יהש"ר אויף דיין וואגשאהל


Donate Now

24 Donors

  • Phone Donation

    3 months ago

    $18.00
  • Sam Lunger

    3 months ago

    $360.00
    דערמאנען אייער נאמען לזכות, ביומא דהילולא רבינו רבי ישעי' ב"ר משה
  • Mendy Spira

    3 months ago

    $360.00
    דערמאנען אייער נאמען לזכות, ביומא דהילולא רבינו רבי ישעי' ב"ר משה
  • Anonymous

    6 months ago

    $91.00
    אמן זכות
  • Hershy Pershnowski

    9 months ago

    $300.00
  • Chaim Parnes Yanky Lunger

    10 months ago

    $101.00
  • Eliezer Schwartz

    1 year ago

    $180.00
  • Zisha Weiss Yosef Weisz

    1 year ago

    $10.00

English אידיש

אני אענה – א הייליגע חידוש ביי כלל ישראל! געבויעט אויף די הייליגע מנהגים פון צדיקים וקדושים ובראשם דער בעש"ט הקדוש זצוק"ל זי"ע ועכי"א

וואך איין וואך אויס, דערקענט זיך אין פילע צענדליגע שוהלן איבער גרעיטער ניו יארק / ניו דזשערסי, קאנאדא, לונדון, ארץ ישראל און נאך, דעם הייליגן נייעם הערליכן איינפיר, אז יעדן שב"ק – ביי איינע פון די תפילות- קומען זיך צוזאם די הונדערטע קינדער –תשב"ר שאין בהם חטא- אין זייער שוהל צו א באשטימטן ארט, אינטערן פירערשאפט פון א גבאי, ווען זיי ענטפערן אינאיינעם -מיט פיל געשמאק- נאך עטליכע קדישים אמן און אמן יהש"ר בקול גדול וואס איז מעורר די כוונה, און ווערן דערויף באלוינט מיט נאשערייען און מתנות

לויט די עדות פון די מתפללים, האט די הייליגע איינפיר אריינגעברענגט א שטארקע ווארימקייט און א דערהויבענע אטמעספערע -אין די לופט פונעם ביהמ"ד-אין א הערליכע " כבוד ביהמ"ד" ביי די אלע מתפללים, קינדער און עלטערע צוגלייך

אונזער פראיעקט, מיטן נאמען אני אענה איז געגרינדעט געווארן בערך א יאר צוריק, מיטן ציהל אריינצוברענגען ביי כלל ישראל –איבערן גארער וועלט- דעם הייליגן איינפיהר, דורכן ארויסהעלפן בעצה ובמעש, און מיטן צושטעלן די נויטיגע וועכנטליכע נאשערייען און גורלות (ביים אנהויב ביז עס פעדימדט זיך גוט איין), און מיטן צושטעלן אסאך חומר ווי צ.ב.ש. אמן יהש"ר קארטליך מיט טייטש גענצליך פריי פון אפצאהל, גליונות ודברי חיזוק מלא תוכן איבערן הייליגן מצוה, אינטערסאנטע און ציענדע פראגראמען פאר די "אמן קינדער", ווי צ.ב.ש. די וועכנטליכע מעכטיגע אלוועלטליכע גורלות (אויף א דראון, רימאוט קאנטראל קאר, קאמיקס ביכער, געימס, טשייניס יאו יאו, סערטיפעקעטס ביי טוי סטארס, און פיל נאך) פאר די וואס האבן געענטפערט אמן / אמן יהש"ר בקול ובכוונה, די צוויי גאר אינטערסאנטע קינדער טעלעפאן ליניעס מלא תוכן וחיזוק, ווי מ'קען וועכנטליך הערן אויף אונזער ספעציעלן אפטיילונג אינעם אלוועלטליכן "סיפור לספר טעלעפאן ליניע" א ריזן פרישן אויסוואהל פון גאר אינטערסאנטע דברי חיזוק און חשיבות איבערן היילייגן מצוה, אראפגעלייגט דורך באגאבטע רעדנערס, א משל- הלכות- מעשיות- אמן ניגון- גריסן און מעשיות וואס קינדער קענען מיטטיילן פאר אנדערע, אינטערוויאס פון אמן קינדער, און אויך ווערט דארט כסדר אינפארמירט די נייעס און אפדעיטס פונעם פראיעקט.

ב"ה אז זייט מיר האבן אנגעהויבן מיט א קליינעם פארמאט, האט זיך עס שוין בליץ שנעל צושפרייט איבערן וועלט, ווען ס'קומען וועכנטליך אריין הונדערטע הונדערטע מעסידזשעס פון קינדער פון דערנאנט און דערווייט (אזוי ווייט ווי בראזיל.. און נאך) אריינצוגיין אין די וועכנטליכע אויבנדערמאנטע גורלות. און אין די טעג ארבעטן מיר טאקע בס"ד אויף א נעקסטן שטאפל פראגראם, ווי די קינדער קענען ווערן אפעציעל איינגעשריבן אלס אן "אמן קינד מעמבער" ווי זיי וועלן אי"ה מיטהאלטן מיט א ספעציעלע נייע פראגראם (די פרטים וועלן אי"ה נאכפאלגן), וואס צוליבדעם טוען זיך אין די טעג ב"ה אנשליסן מערערע און מערערע קינדער

דעריבער ווענדן מיר זיך צו אייך חשובער נדבן, ווי פארשטענדליך זענען די אלע פראיעקטן פארבינדן מיט הוצאות פון טויזענטע דולער חודש'ליך, וואס די זכותים פון די הייליגע מצוה פון ענטפערן אמן / אמן יהש"ר בקול ובכוונה איז אומשאצבאר און טוט צורייסן א גזר דין פון זיבעציג יאר, און ברענגט מיט זיך גאראנטירטע אויסגעפרואווטע סגולות מיט כל מיני ישועות ורפואות, שידוכים, פרנסה און הייליגע לעכטיגע נחת דקדושה, בפרט ווען עס ווערן געענטפערט מיט אן איידעלע תמימות און ריינקייט פון די צאן קדשים,וואס שאפט א באזינדערע נחת פארן באשעפער! ובזכות זב זאלט איר געבענטשט ווערן מיט כל מיני ברכות. ונאמר אמן!!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 299-8022

Share this campaign

Contact Organizer

Create My Team

Checkout

Loading
Loading