Loading

די קליינע יתומים שרייען ראטעוועט!!!



295 Donors

  • Shaya Pearl

    31 minutes ago

    $7.00

    לרפואת אברהם שלמה בן טשארנא רבקה

  • Anonymous

    50 minutes ago

    $25.00
  • Anonymous

    2 hours ago

    $18.00
  • Anonymous חיים קליין

    2 hours ago

    $18.00
  • Nnn

    2 hours ago

    $5.00
  • Shloimy Herzog חיים קליין

    2 hours ago

    $13.00

    Hamokoim Yenachem Eschem

  • Anonymous

    3 hours ago

    $18.00
  • Anonymous

    6 hours ago

    $18.00

English אידיש

"אמן, הלוואי...."

"דער מצב איז זייער נישט גוט!!!"

"אוי געוואאאלד... ברוך דיין האמת..."

ר' חיים ישעי'ה ע"ה [בן יבדלט"א הר"ר אלתר מנחם דוד] שטיינבערג, איז געווען א גאלדענער אינגערמאן, צו גא-ט און צו לייט, א קובע עתים לתורה, א מענטש צווישן מענטשן, און א גוטע מאן פאר זיין ב"ב, און א גוטע טאטע פאר זיינע קינדערלעך. ער האט געברענגט פרנסה מיט יושר און ערליכקייט, און טראץ וואס די חובות האבן געדרוקט אביסל, האט ער פרובירט אפשפּאָרן א שקל נאך א שקל צו קאלעקטן פאר די רענט פון זיין דירה אין ביתר עילית, וואו ער האט געוואוינט און געווען באליבט ביי אלע זיינע שכנים און גוטע פריינט.

חיים ישעיה האט געקאכט ביי א דאווענען אין קארלין סטולין, און איז געווען דבוק אין זיין רבי'ן און אים געפרעגט אלעס וויאזוי זיך צו פירן. אלעס איז געפארן אזוי גוט פאר חיים ישעי', אויך ווען ער האט געוואלט אביסל ארויספארן קיין קערעסטיר זיך אויסבעטן אלעס גוטס, איז ער באגלייט געווארן מיט די גוטע ברכות און ווינטשן פון זיין ב"ב און קינדערלעך, וואס האבן זיך ווארעם געזעגנט פון זייער טאטן...

אינמיטן זיין געשמאקע רייזע מיט א גרופע אידן אין א באשיידענע אויטא אין די וועגן און שטעגן פון קערעסטיר האט עס פאסירט ווען א טראק איז געקומען צופארן און אריינגעשניטן אין די אויטא פון די גרופע אידן, פון וואס חיים ישעי' איז קריטיש פארוואונעט געווארן און קורץ דערנאך צוזאמגעפאלן באוואוסטלאז רח"ל.

נאך א וואך וואס חיים ישעי'ס נשמה האט זיך געוואקלט בין שמים לארץ, ווערנדיג טראנספארטירט פון אונגארן צו א שפיטאל אין ארץ ישראל - האט ער ליידער אויסגעהויכט די נשמה אין בליענדע עלטער פון זעקס און צוואנציג יאר.

גאנץ ביתר עילית האט געוויינט, די הימלען האבן זיך געשפאלטן פון די הויכע יללות ווען זיינע קליינע קינדערלעך האבן געזאגט קדיש יתום נעבן דעם ארון...

*

"היינט איז געווען באשטימט אז טאטי זאל אהיימקומען פון זיין נסיעה", האט ראוב'לע שטיינבערג זעקס יאר אלט, געזאגט מיט א טרויעריגע שטימע פאר זיין צעבראכענע מאמע די פרישע אלמנה מיט די דריי קליינע יתומימ'לעך אין שטוב. מאמי האט נישט געקענט איבערטראגן וואס אירע אויערן האבן געהערט, זי האט אויסגעשאסן אין א געוויין, ראוב'לע איז מיטגעשלעפט געווארן, און מיט זיי אויך צבי'קי דריי יאר אלט און זאב'י איין יאר אלט.

*

די וואונד איז נאך פריש... כלל ישראל געדענקט נאך די בראך... אבער נאטורליך פארגעסט מען צעביסלעך, און די אלמנה בלייבט נעבעך אליין...

אן קיין מאן...

אן קיין טאטע פאר די קינדערלעך...

אן א פרנסה ברענגער אין שטוב...

טייערע ברידער לאמיר פארזיכערן א פינאנציעלער עתיד פאר די אומגליקליכע אלמנה און די 3 קליינע יתומים׳לעך וועלכע זענען געבליבן אן א ברויטגעבער. דער רבש״ע איז אונז מבטיח, אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך. אלזא, לאמיר זיך אינאיינעם צוזאמנעמען, און פרובירן צו מחזק זיין די אלמנה און די 3 יתומימ"לעך מיט וואס מיר קענען, און דאס איז מיט גרויסע סכומים געלט, און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן, ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים, בביאת גואל צדק.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (219) 240-0177
Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading