בס''ד.
אין א העלן טאג 3 טעג פאר יום כפור העעל''ט האט עס פאסירט פון איין מינוט צום צווייטען .
מיין אידענע איז אראפגעפאלען ל''ע און עס האט אויסגעקוקט שרעקליך, הצלה איז געקומען און ביז ממש רגעים איז מען אפגעפלויגען אין שפיטאל מיט א מוראדיגע בהלה, איך ציטער פשוט בשעת איך שרייב די ווערטער - ווען איך דערמאן מיך די שרעקליכע מינוטען -
3 וואכען האט עס אנגעהאלטען וואס מען האט נישט געוואוסט וואס די קומענדע מינוט וועט ברענגען, אוי האב איך און די קינדער שיחיו צוזאם געוויינט יום כפור, סוכות, שמיני עצרת, שמחת תורה, וואו עס איז נאר געוועהן פלאץ איז געוועהן א מאניטאר אריינגעשטעקט אין איר,
חסדי השם כי לא תמנו - נאך 3 שווערע פיינליכע וואכען האט זי אנגעהויבען קומען צו זיך און אין משך פון אפאר וואכען איז דער מצב געווארען בעסער און בעסער און מען קוקט ארויס אויף א ישועה כללית און מען זאל שוין קענען מאכען א סעודת הודאה,
ועל של עכשיו באתי, איך פערזענליך בין איך א שרעקליכער שווערערע מצב און עס שאדט מיר פשוט צום געזנט, ליידער בין איך דאך אלע יארען א בעל חוב עצום נאך פון די 30 יאר וואס איך האב זיך געמוטשעט געהאלפען צו ווערען בזש''ק, און איך מוטשע זיך געפערליך - איז יעצט ארויפגעפאלען די שרעקליכע צרה וואס טרייבט אריין אין אלפי אלפים,
דער דאקטאר האט מיר געזאגט "ווען אנדערע וואלטען געטאן וואס דו וואלט דער בית החיים געוועהן האלב ליידיג"
בעט איך דיך טייערער ידיד "לאז מיך נישט פאלען" ראטעוועט מיך בעוד מועד, עס ברויך צוזאם קומען אן עמערזשענסי סכום פון $120,000
געדענקט איך בין אייביג גרייט פאר יעדען איד יעצט זייט גרייט פאר מיר,
איר קענט מנדב זיין אויף דעם לינק,
וואו אויך בעט איך בכל לשון של בקשה שיקט ווייטער דעם לינק צו אייערע ידידים מיט א פערזענליכע בקשה זיי וועלען אייך זיכער נישט אפזאגען
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094