1 year ago
$18.001 year ago
$434.001 year ago
$18.001 year ago
$18.001 year ago
$100.001 year ago
$100.001 year ago
$36.001 year ago
$40.00אינמיטן די ברען פון די פרייליכע הכנות צו די סאמע פרייליכסטע טאג פון לעבן – יום חתונתה, איז איר באליבטע טאטע טראגיש און פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן...!
מיט א צאלפּדיג הארץ איז די כלה געשטאנען ביים טאטנ'ס בעט – ביים אזויגערופענעם End Of Life באזוך...:
און דער טאטע האט מיט זיינע לעצטע כוחות איר געשאנקען א שמייכל. דאס לעצטע לעבעדיגע רעאקציע, וואס דארף איר באגלייטן צו איר חופה...
**זעהנדיג די מצב האט די כלה אנגעכאפט איר פאטער'ס אראפגעלאזטע הענט און זיך ארויסגעלאזט און א 'מצוה-טאנץ' זינגענדיג טוב להודות לה'... **און עטליכע שעה דערויף האט זי באגלייט איר טאטנ'ס ארון למנוחות עולמים...
די פארוויינטע אלמנה הייבט אירע אויגן צום הימל: ווי אזוי זאל איך ווייטער אנגיין אין לעבן אן קיין פרוטה...?!
דער חשובה נפטר ז"ל האט אלע יארן שווער געארבעט אויף תורה'דיגע פאסטנס, זייענדיג מחנך טויזנטע קינדער על דרך ישראל סבא.
ער האט איבערגעלאזט די הויז ליידיג...!
**די חשובע נפטר ז"ל וואס איז "אייביג" געווען גרייט צו העלפן "יעדע" איד אויף "אלע" ערליי אופנים (מיט חינוך, פרנסות און יעוץ לנשברי לב) איז פון אונז נעלם געווארן ווי אין חלום, כרוח נושבת... **איבערלאזנדיג אין שטוב א פארלוירענע אלמנה און א צובראכענע כלה הילפלאז!!! דער שטוב איז ליידער נהפך געווארן... מֵיוֹם טוֹב - לאֵבֶל אֲפֵלָה ויָּגוֹן... ה' ירחם
לאמיר עס צוריקדרייען... מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה מֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹר גָּדוֹל
שטיצט ברוח נדיבה און העלפט די כלה גיין אינטערן חופה מיט א פרייליך הארץ, און העלפט אוועקצושטעלן א קרן אויפצורעכטן די שטוב פון די אלמנה פאר א פרייליכן צוקונפט, און זייט'ס זוכה צום הבטחה וואס דער בורא עולם גאראנטירט: "אִם אַתָּה מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי - אֲנִי מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלְּךָ איר וועט זוכה זיין צו פירן אייערע קינדער און אייניקלעך אונטערן חופה געזונטערהייט מיט א גליקליך און פרייליך הארץ!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 112524537