שלום עליכם מיינע טייערע ברידער!
איך שעם זעך מיט מיין פריערדיגע ניק,גיי איך ענק שרייבן מיט דעי ניק.
איך ווייס נישט ווי צו אנהייבן גיי איך עס מאכן קורף און שארף.
השם שפתי תפתח!
איך האב מיר פארפלונטעד מיט א געוויסע זאך און איך בין אנגעקומען צו העכער פון $250,000 אין חובות! שוין געזיכט און געאנגען פאר הילף און נישט געווען עפעס זאכליך! איך האב נישט קיין יום ולילה,לא שבת ויום טוב,איך בין נישט קיין נארמאלע מאן צו מיין געטרייער אשת חיל,נישט קיין טאטע צו מיינע זיסע קינדער5,נישט קיין זוהן צו מיינע חשובע עלטערען. פון מיין אלע חברים אנטלויף איך, ווייל זיי זענען דאך מיינע בעלי חובות, איך גיי נישט צו קיין שמחות ווייל איך האב פשוט מורא וועם איך גיי דארט טרעפן...
טאטע אין הימל איך וויל דאך האבן לעבן! טאטע וואס זענען מיינע זיסע קינדער שולדיג? וואס איז מיין אשת חיל שולדיג? (איך וויין...) טאטע ווייז מיר דיין פנים צו מיר! ווייז מיר אז האסט מיר נישט פארלאזט! טאטי איך קען שוין נישט!
מיט די אלע מחשבות אין קאפ... ציטער איך יעדער מינוט וואס עס קען ברענגן...ואכמ"ל טאטע הילף מיר אלי אלי למה עזבתני! עס איז נישט מעגליך פאר מיר צו בלייבן א נארמאלע מענטש! טאטע איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט מיר העלפן וועסטו נישט (כביכול)חרטה האבן! טאטע דו גיבסט מיר טאקע בני און חיי און דו זעסט ווי איך דאנק דיר יעדען טאג פארדעים! אבער מיט מזוני מה תהא עליה? איך קען עס נישט מער דורך טראגן! איך קען נישט מער!ניין!איך קען נישט!
💔💔💔💔💔💔💔💔💔
טאטע איך גלייב און איך ווייס אז דו קענסט כהרף עין מיר העלפן פארדעים בעיט איך טאקע יהמו נא רחמיך!
***
אפדעיט: גאר אסאך דא אויף אייוועלט האבן אריין געשיקט געשיקט חיזוק מיט עצות,יישר כח פון טיפן הארצן פאר יעדעם. ב"ה די אויבערשטער האט אראפגעשיקט זיינע ריכטיגע שליחים מיר צו קענען גוידען און ארויסהעלפן מיט מיין מצב.
נאכן רעדן מיט פראפעשינעלס שעות לאנג האט מען אראפגעשריבן יעדער דולר וואס איך בין שולדיג פאר מענטשן איז עס אנגעקומען צו $294,000 חובות! געוויינט דארט גאר אסאך ווי א בעיבי און געכאפט דארט א שטיקל פאניק אטאקע...
זיי האבן מיר מייעץ געווען ווי אזוי עס צו איבערטראגן און דיעלן מיט מיינע בעלי חובות,זייער סטרעספול און נישט געשמאק און עס קומט מיט אסאך טרערן בשעת רעדן צו בעלי חובות, אבער דעיס איז לכאורה די איינציגסטע וועג,אז מען מוז זיין אמתדיג מיט אלע בעלי חובות און זיי מסביר זיין מיין מצב.
ליבער ברידער! האטס מיר אינזין ביים דאווענען לייגטס ענק אריין אביסל אין מיין שיך ווי אזוי א אינגערמאן מיט א ווייב און קינדער דארף דעיס דורך גיין...
איך וויל דאנקן בשער רבים די הייליגע באשעפער פארן מיר קיינמאל נישט פארלאזן! אפילו און די טינקעלסטע צייטן האט ער מיר געוויזן זיין לעכטיגן פנים אלס א רמז אז ער איז מיט מיר בכל רגע ורגע! די אויבערשטאר זאל העלפן זאל שוין זיין יתרון האור מתוך החושך בקרוב ממש!!!
אמן.
***
ווי ידידינו הרב דאגה שרייבט, איז ער ב"ה אויף די גוטע רעלסן... ער איז געזיצן מיט איינע פון די גרעסטע עקספערטן אין דעם ענין, און ווי ס'קוקט אויס גייט מען אי"ה זיך ארויסזעהן פונעם פראבלעם... סעט נעמען צייט כח און מח? יא! אבער מיטן הילף פונעם אייבערשטן וועמער זיין מסודר בקרוב!
איידער מ'גיימער צו סטעפ 2 איז וויכטיג צו גיבן עטליכע דעטאלן פונעם קעיס פארן ציבור, און איך שרייב עס נאכן אדורכשמיעסן מיט הרב דאגה, און איך האלט אז מ'קען זיך לערנען דערפון...דא רעדט מען נישט פון קיין מענטש וואס האט נישט פארדינט גענוג אדער פון איינער וואס האט גע'לעבט א ספענדערישן לעבן, נאר א גוטער פארדינער וואס האט גע'לעבט נארמאל און געטיילט שיינע סכומים פאר צדקה... די פראבלעם איז געשעהן ווען עפעס האט פאסירט וואס האט בעסיקלי ארויסגעשלעפט אפאר הונדערט טויזענט דאללער פון זיין ביזנעס און אים געלייגט אויפן בויך!
סאו סיז גוט צו וויסן אז נישט יעדע קעיס איז די זעלבע, אמאל טראכט מען, שטייסט, ער לעבצעך א שווענדערישע לעבן און יעצט קומט ער בעטן הילף... אגב, ווען איינער בעט הילף דארף מען העלפן, אבער מ'מעג פארלאנגען אז ער זאל זיך לאזן העלפן... נישט בעטן צדקה פון איין זייט און ספענדן אין די וועלט אריין פון די צווייטע...
שנית, פארדעם איז וויכטיג צו האבן א בודזשעט, אויב ח"ו פאסירט אזא זאך, ווייסט מען רייט עוועי ווי מ'שטייט, און וויזוי מ'קען זיך אן עצה גיבן בעז"ה... נישט אלעמאל כאפט מען זיך, מ'בארגט נאך אביסל דא און אביסל דארט אביסל קרעדיט קארד... ביז מ'זעהט זיך אין א שווערע סייקל...
עכ"פ צום צווייטן פוינט...
איז דא א איד דא אויף אייוועלט, ער קען אליין ארויפקומען, אויב ער וויל... ער איז געקומען אפערן הילף פאר ידידינו ערב דאגה...
לויט מיין אינפארמאציע, קעמען אים גיבן א שטארקע ברעיק פון זיינע חובות אויב אונז קעמער אים אהערשטעלן 30-40 טויזענט דאללער, און בעז"ה די איבעריגע וועט ער קענען באצאלן אליין צוביסלעך...איז דא אן אפער אויפן טיש, אונז זאלמער עפענען א פעידזש, און צאמשטעלן געלט... פאר יעדע 10,000 דאללער, ווארפט דער ניק אריין 3500! דאס מיינט, אז אויב ווערט גערעזיד דא 30,000 דאללער, האמער אוטאמאטיש 40,500....
אין א שמועס מיט הרב דאגה, האטער געזאגט אזויווי בעבר פלעגט ער העלפן אנדערע, ווען דער אייבערשטער וועט העלפן אז ער וועט זיין צוריק אויף די פיס, גייט ער בעז"ה העלפן אנדערע, און יעדע דאללער וואס קומט אריין וועט ער בעז"ה גיבן פאר אנדערע אידן אין אזא מצב!
איז מיין פראגע דא צום ציבור, איינער איז אין די גיסטע? אופס... נישט אזוי! ווער איז גרייט? מ'דארף האבן עטליכע עסקנים און נאכדעם נדבנים, און אייוועלט גייט אי"ה נאכאמאל ארויסשטעלן אירע שיינע קאלירן און ווייזן פאר די וועלט...
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094