4 days ago
$20.001 week ago
$180.001 week ago
$18.001 week ago
$50.001 week ago
$5.00Bless you all
1 week ago
$500.001 week ago
$18.001 week ago
$36.00לכבוד העסקן הרב יצחק גרין חבר ועד העיר: מעתה עשירות ברוחניות וגשמיות - "אחרי שריפה מתעשרים" (צמח צדק בדרך מצוותיך)
ברייטע וואכן-ביהמ"ד "קהל חסידים" און דערנעבנדיגער "גראסערי געשעפט", מיט'ן "מן" מילכיגע טעיקאוט און "געשמאק" פליישיגע טעיקאוט, און כשר'ע "קאמפיוטער קיאסק", זענען ליידער פארניכטעט געווארן אין גאר שווערע שריפה דעם מאנטאג תצוה פארטאגס אונטערגעצינדן דורך א נישט-אידישער וואנדאל, ברענגענדיג גאר שווערע געלט שאדנס פאר די הערליכע קהלה און ישוב
קאסא גראנדא, אריזאנע. דער בליענדער נייער יישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנע, וועלכע די ארום 20 משפחות און צענדליגער וואקאציע איינוואוינער גלייכן צו אנרופן "דער גן עדן התחתון", האט ליידער מיטגעלעבט א גאר שווערע טאג, דעם מאנטאג פ' תצוה, ווען דער צענטראלער בנין פונעם ישוב וואו רוב וואכנדיגע איינריכטונגען געפינען זיך, האט ליידער אפגעברענט איבערלאזנדיג גאר שווערע שאדנס.
דער געשמאקער ישוב וועלכע איז רעלאטיוו גאר ניי, זייענדיג 2,500 מייל ווייט פונעם רוישיגן ניו יארק אין א געגנט וואס איז שטיל און רואיג, מיט פילע מעלות, אבער עס פאדערט א שטארקע דרייסט צו נעמען דעם פליגער מיט די משפחה און זיך אריבערציען, האט אבער קונה שם געווען אלס דער בעסטער אויסוואל פאר איינער וואס זוכט א ביליגע דירה, א גרויסע געשמאקע דירה, מנוחת הנפש, ברייטע רעגירונגס הילף, און אן ערנסטער ישוב לה' ולתורתו מיט א זעלטענעם געשמאק.
דער מייסד היישוב, הרב בנש"ק רבי יהושע רובין הי"ו, וואס זיין טאטע דינט אלס מרא דאתרא אינעם ישוב הלא הוא כ"ק אדמו"ר מ'דינוב שליט"א, האט באוויזן דעם קונץ צו אהערשטעלן א ישוב מיט אלע קלאפערגעצייג וואס פעלט זיך נאר אויס, כאטש וואס יעדער פארשטייט אז דאס מיינט אויסגעבן געלט פון טאש פאר לאנגע יארן ביז ווען זאכן ווערן געסעטלט. לא חס עמל ויגיעה, ער האט נישט געשפארט קיין געלט און קיין צייט און גענומען דעם "קאסא גראנדא מיסיע" אלס א לעבנסציל, זעענדיג אז דאס פלאץ איז א מובחר שב'אמעריקא אין אלע הינזיכטן, און שטייט אויס צו אויפרעכטן צענדליגער און הונדערטער משפחות מיט עפעס וואס יעדער וואונטשט זיך.
גלייך ביים אנהויבן דעם יישוב, מיט ארום 4 יאר צוריק, האט ר' יושע – מיט זיינע עווענטועלע שותפים לדבר מצוה הלא המה מו"ה אברהם משה ברוין הי"ו און מו"ה יצחק גרין הי"ו, חברי ועד העיר – אפגעקויפט די נויטיגע בנינים צוצושטעלן פאר'ן ציבור וואס וועט ארויסקומען אלע באדערפענישן.
דער קאמערציאלער בנין היישוב
אין די צייט וואס דער שבת ביהמ"ד איז אינעם "רעזידענשל געגנט" נאנט צו וואו רוב עולם וואוינט כהיום, זייענדיג דער ביהמ"ד פונעם מרא דאתרא ביהמ"ד דינוב, האט אבער אויסגעפעלט א בנין אינעם "קאמערשל געגנט" וואו מען זאל קענען באקומען פערמיטן סיי פאר א ביהמ"ד מיט פארקינגס, און סיי פאר געשעפטן און אפיסעס. דערפאר האט ער אפגעקויפט דעם בנין וועלכע קען גערופן ווערן דער "בנין היישוב", אויף 913 E-8th St., וואו עס איז געווארן צוגעשטעלט א הערליכער פלאץ מיט גענוג פארקינג, און א געשמאקער ביהמ"ד פאר אינדערוואכן, א גראסערי מיט פולע שעלפס און אייטעמס – כאטש יעדער פארשטייט אז דאס ברענגט נישט קיין הכנסה נאר פארקערט, אבער להצלחת היישוב איז דאס א שטארקע פאקטאר.
נאר לעצטנס האט זיך דער גראסערי פארברייטערט מיט א מילכיגע און פליישיגע טעיקאוט, די "מן" טעיקאוט פאר מילכיגס, און די "געשמאק" טעיקאוט פאר פליישיגס. דאס בענעפטירט דעם ציבור גאר שטארק, און אזוי אויך די פילע אידן פון ניו יארק וועלכע קומען אויף וואקאציעס אין די קהלה'ס גאר הערליכע וואקאציע רענטעלס, די פריוואטע ווילא'ס אונטערן פירמע "אריזאנע קאושער ריזארט" פון וואס צענדליגער אידן האבן כסדר הנאה פון א וואקאציע שאין דוגמתו.
אזוי אויך האט זיך דארט געפינען דער כשר'ער "קאמפיוטער קיאסק" וואס העלפט די תושבי המקום צו קענען האלטן די שטובער ריין פון טעכנאלאגיע ווען מען האט א פלאץ וואו צו האבן ביליגע צוטריט צו א קאמפיוטער פאר יעדע געברויך.
דער שווערער שריפה
דעם מאנטאג פארטאגס, האט ליידער אויסגעבראכן א שריפה אינעם סטארעדזש פון די גראסערי, וועלכע איז פונעם צווייטן זייט וואנט דער מזרח פונעם ביהמ"ד. דער פייער האט אויפגעפלאמט אויף אן אופן אז סיי דער גראסערי פון איין זייט און סיי דער ביהמ"ד פון די צווייטע זייט זענען פארכאפט געווארן.
פילע ספרים זענען ליידער ר"ל געשעדיגט און אפגעברענט געווארן, אבער וואונדערליך זענען ב"ה אלע תפילין'ס געראטעוועט געווארן. עס זענען געווען דארט 10 פאר תפילין יענעם פארטאגס, פון אידן וועלכע האלטן זייערע תפילין אין ביהמ"ד, סיי אינגעלייט און סיי בחורים, צושפרייט אויף מערערע פלעצער, און ב"ה אלע זענען בלויז געווען שמוציג פון אש, אבער אינעווייניג זענען אפילו די טליתים געווען גענצליך זויבער.
לויט ווי דער רב הקהילה אינעם נייעם יישוב הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א גיבט אונז איבער, דארף מען ליתר שאת בודק זיין אלע תפילין אויב זיי זענען נישט געשעדיגט פון די היץ, אבער ביז'ן בודק זיין זענען זיי בחזקת כשרות זייענדיג אזוי אומבארירט פונדרויסן, ב"ה.
די פייערלעשער און פאליציי האבן אוועקגענומען צו זיך אלע קעמרע'ס צו אויספארשן דעם פייער, און לויט ווי זיי זאגן אצינד האבן זיי אנטדעקט א נישט-אידישער וואנדאל אריינגיין אינעם טיר פון די גראסערי סטארעדזש אינמיטן די נאכט, ביי יענעם פלאץ וואו די פייער האט אויסגעבראכן, ממש א האלבע שעה בעפאר. זייער שאצונג איז אז דער ערל האט דאס אונטערגעצינדן, אליינס אדער מיט איינעמס גוטהייסונג, און זיי האפן צו קענען כאפן דעם פארברעכער, איינער מיט לאנגע האר אין די טונקעלע נאכט שעות.
אלעס גייט אן, נוסח קאסא גראנדא
ווען די תושבים זענען אנגעקומען מאנטאג אינדערפרי צום טעגליכן מנין 8:00, זענען זיי שאקירט געווארן צו טרעפן דאס פלאץ חרוב ונחרב. אבער גאנץ קורץ האט געדויערט פאר אזא שעפערישע עסקנות-שטאט וואו יעדער תושב לייגט צו א האנט, זיך צו פלאצירן פונדאסניי אויף דערווייל.
דער מייסד און שעפערישער ראש העסקנים הרב יושע רובין האט ארויסגעשיקט א טעקסט מעסעדזש פאר'ן ציבור, אז ביזדערווייל גייט מען דאווענען אינעם רעזידענשל געגנט, אינעם שבת שוהל, דער דינובער ביהמ"ד אויף 1645 E-Silver Reef Dr., כאטש עס וועט זיין א שוועריקייט מיט פארקינג. דער ציבור איז טאקע געבעטן געווארן צו זיין געווארנט נישט צו מצער זיין די שכנים און נישט פארקן ח"ו פארנט פון א צווייטנס דרייוו-וועי.
אצינד ארבעטן די עסקנים – אין א יישוב וואו כמעט יעדער יחיד איז ב"ה אן עסקן, יעדער העלפט ברודערליך איינער דעם צווייטן – אז מען זאל קענען עפענען די "גראסערי" אויף א געהעריגער אופן אינעם בנין וואס מ'האט לעצטנס אפגעקויפט פאר די ארטיגע מוסדות, 121 W-Florence Blvd. וואו מען האט זיך ביזדערווייל שוין פלאצירט אויף א פראוועזארישער אופן.
צו קענען עפענען דארט געהעריג פעלט זיך אויס מסדר צו זיין די פערמיטן מיט די סיטי-האל פון קאסא גראנדא, א זאך וואס דויערט געווענליך א שטיק צייט, אבער דא האפט מען אויף פארשטענדעניש פון די באאמטע לאור די שריפה עס צו פארשנעלערן.
עס דארף טאקע דערמאנט ווערן לשבח דער עסקן פון כלל ישראל הרב אהרן בנציון ווידער הי"ו פון מאנסי, וועלכע דינט היינט אלס א סטעיט אסעמבלימאן, וואס ער שטייט צו די האנט פונעם יישוב האט אצינד געשיקט אן אפיציעלער ביטע אלס סטעיט באאמטער צו די לאקאלע סיטי, בעטנדיג צו פארשנעלערן דעם גראסערי פערמיט.
אלזא, דער יישוב שפרודלט ווייטער... און דער פאזיטיווער לופט וואס הערשט אינעם געשמאקער אריזאנישער קלימאט האט זיך קיין ברעקל נישט פארמינערט... ב"ה.
נאר אין די לעצטע 2 חדשים האבן 2 פרישע משפחות פון ניו יארק אריינגעצויגן, און נאך עטליכע זענען אונטערוועגנס, חשוב'ע משפחות וועלכע זענען ב"ה באגליקט געווארן מיט אזא פלאץ, מיט אזא דירה, מיט אזא עולם הזה בגשמיות און עולם הבא ברוחניות, מיט שיינע מוסדות, מיט א פאזיטיווע פלאץ וואו אלע ארבעטן שכם אחד פאר'ן הצלחה, א פלאץ וואו דער מייסד הרב יהושע האלט זיין הויז אפן מיט ברייטע טירן און אידן קומען און גייען עסן און טרונקען און ווערן געהאלפן מיט וואס נאר מען וויל, א פלאץ וואו מען זעט קינדערלעך ארומגיין מיט א ברייטן שמייכל ווען זייערע טאטעס און מאמעס זענען גארניש ווייניגער פרייליך, מיט אזא רואיג לעבן בליעה"ר.
די קהלה בויט
אין אזא מינוט ווען אזא הערליכער ישוב האט געליטן פון אזא שאדן, איז פאסיג צו דערציילן אז דער יישוב קען נוצן פינאנציעלע הילף פון סיי וועמען וואס וויל האבן א חלק אין ברענגען אזא הערליכע דערלייכטערונג פאר כלל ישראל. מען גרייט זיך אי"ה צו א ווידעראויפבוי פונעם בנין היישוב, און ווער עס וויל אנטייל נעמען מיט סיי וועלכע הילף קען רופן די עסקני היישוב אויף (845) 606-4460
כי תצא אש, שלם ישלם. די תושבים קוקן ארויס אז דער פייער זאל זיך האבן אויסגעצאלט... מיט'ן אויבערשטנס הילף, דורך א ווידעראויפבוי וואס זאל זיין נאך שענער ווי פריער!
אין א ריכטיגע ליכטיגקייט און שיין פון הימל אין א שווערע מינוט, שטעלט זיך ארויס אז דער "ספר תורה" פונעם ביהמ"ד האט בדרך נס אויסגעמיטן די שריפה!
דער ספר תורה ליגט געווענליך אינעם ארוה"ק אויף די מזרח וואנט, דער וואנט וועלכע איז גענצליך פארניכטעט געווארן ביז צו אש. מען נעמט קיינמאל נישט ארויס דעם ספר תורה פונעם ביהמ"ד, זינט דער שבת'דיגער ביהמ"ד פארמאגט באזונדער "2" ספרי תורה, גענוג פאר רוב שבתים און ימים טובים איבער די יאר.
אבער דעם ערש"ק א שעה בעפאר'ן זמן הדלקה"נ האט דער רב הקהלה הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א אנגערופן הרב יהושע רובין פרעגן צו די גבאים ווייסן אז די וואך דארף מען "3" ספרי תורה, שבת שקלים שבת ראש חודש, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ניין, מ'האט פארגעסן דערפון, און דער רב אליינס איז אריבערגעלאפן טראגן דעם ספר תורה צום שבת ביהמ"ד.
שטייענדיג מאנטאג פארטאגס, נאך פאר ס'איז געווען א וואכנדיגע קריאה, איז נאך דער ספר תורה געווען אינעם שבת'דיגן ביהמ"ד, אינעם רעזידענשל געגנט. וואלט דער ספר תורה געליגן אינעם ארוה"ק וואו עס ליגט אגאנץ יאר, איז שווער צו טראכטן וואס ס'וואלט דאן געווען. ווי געזאגט, יענער וואנט פונעם ביהמ"ד איז ליידער אש כליל!
תורה מגיני ומצלי.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094