Loading

יתום ואלמנה יעודד - מיר וועלן עם פירן אונטערן חופה מיט שמחה



239 Donors


English אידיש

חתונה מאכן א קינד איז א שווערע און קאסטבארער תקופה פאר יעדע משפחה. איבריג צו זאגן פאר א משפחה ווי ס'איז נישטא קיין טאטע אין שטוב. ב''ה אז די שטוב האט די זכי' אז מ'שטופט דורך די טאג טעגליכע הוצאות אן דארפן צוקימען לידי מתנת בשר ודם, אבער ווען עס קימט צו חתונה מאכן זענען די הוצאות צו הויעך צו טראגן אליין און בהתייעצות פון דעת תורה איז געווארן אונטערגענימען א מגבית צו העלפן מיט די הכנסת כלה.

הכנסת כלה איז איינע פון די חשובס'טע צוועקן וואס איז נאר שייך צו העלפן בויען בתי נאמנים לד' ולתורתו.

וויפיל חשיבות קימט צו ווען עס האנדעלט זיך פון א יתום וואס פרובירט אויפצושטעלן א שטוב און וועט גיין אונטערן חופה אן זיין טאטע ביי די זייט.

א חתן וואס וועט גיין אונטערן חופה באגלייט דורך דעם אבי היתומים אליין, און וועט האבן די כוחות אויסצופויעלן פאר די אלע וואס וועלן עם העלפן גיין אונטערן חופה בשעה טובה ומוצלחת, מיט הרחבת הדעת, און מיט שמחה.

מיר קענען אייך נישט דאנקען גענוג פאר אייער הערצליכע הילף און ביטע מאכט זיכער איבערצולאזן צוזאמען מיט אייער נתינה אייער פולע נאמען און מאמעס נאמען אין די קאמענט קעסטל אז דער חתן זאל אייך קענען אינזין האבן ביום החופה.

דער אבי היתומים זאל אייך בענטשן מיט יעדע ברכה וואס איז נאר שייך, און בעיקר זאלט איר זוכה זיין צו פירן אייערע קינדער און אייניקלך אונטער די חופה אויף די אייגענע פיס און מיט די אייגענע טאש, גרינגערהייט, פרייליכערהייט, ואך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share
Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading