Loading

געדענקט! איר וועט עפענען דעם בנין, און עס וועט בלייבן אפען לדורות עולם - ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה!


Donate Now

28 Donors

  • Shul Donation Via Donary

    9 hours ago

    $5.00
  • Rabbi Yidel Rosengarten

    13 hours ago

    $2,200.00
  • Akiva Retek הרב יואל כהנא

    15 hours ago

    $100.00
  • Phone Donation הרב יואל כהנא

    20 hours ago

    $100.00
  • Rabbi Hershy Klein

    1 day ago

    $1,800.00
  • Rabbi Moshe Pinchos Gotdiener

    1 day ago

    $5,000.04
  • Rabbi Chaim Witrial

    2 days ago

    $1,200.00
  • Rabbi Cheskal Perl

    2 days ago

    $1,800.00

בס"ד

מען שטייט שוין ביים טיר: די תלמידים גרייט אריינשפאצירן אינעם נייעם בנין!

דער גאר חשוב'ער תלמוד תורה "תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא" אינעם עיר התורה לעיקוואד, איז פאר יעדעם באקאנט מיט איר אויסגערופענע חינוך און ווארימע אטמאספער, וואו דער גאר חשוב'ער צוות פון מחנכים לייגן אריין גרויסע כוחות איינצופלאנצן אין די טייערע תינוקות של בית רבן, די יסודות פון לימוד התורה בהבנה, מדות טובות, איידלקייט און יראת שמים, עבודת התפילה און אחדות, אלעס מיט'ן חסידישן ברען.

חיבה יתירה נודעת, אז דער טייער-בארימטער מוסד איז געגרינדעט געווארן אויפ'ן דירעקטן פארלאנג פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלכער האט גענייט די חשוב'ע חברי הוועד צו עפענען דעם חשוב'ן מוסד, כדי צו מחנך זיין די צאן קדשים, בדרכי החסידות הטהורה, על שמם של רבותינו הק' לבית סקווירא זי"ע. בליץ שנעל האט דער מוסד קונה געווען א "כתר שם טוב" און זיך הערליך צובליעט לשמחת כל.

יעצט ווען די שורות ווערן געשריבן, געפינען זיך נאך די תלמידים אין די ענגע און דחקות'דיגע קלאס-צימערן, אין דער צייטווייליגער בנין, און פראבירן דאס מערסטע וואס מעגליך צו מצליח זיין בתורה עבודה וגמילות חסדים. אבער אין דער זעלבער צייט קוקן זיי ארויס מיט התרגשות און השתוקקות צו די גליקליכע שעה, ווען זיי וועלן שפאנען מיט זייערע ספרים אין האנט, צום נייעם הערליכן ריזיגער בנין, וועלכער שטייט שוין פארטיגערהייט מיט זיין מאיעסטיטשער פראכט, אויף דער סקוואנקעם גאס.

דארט אין דער נייער גרויסער געביידע "תלמוד תורה", וועלכער ציילט א ברייטער שטח פון "זעכציג טויזנט סקווער פיס!!!" האפן די חשוב'ע מרביצי תורה, די טייערע מלמדים, צו קענען אויפהייבן די תלמידים נאכמער למעלה בקודש, און העכערן דעם ניווא פון דעם שוין אזוי אויך הערליכער חינוך, אונטערן הדרכה פונעם געהויבענעם דומ"ץ הקהילה שליט"א. די הרחבת הדעת פון א רחבות'דיגער מקום-לימוד, איז א קונצליכער שליסל, צו עפענען די הערצער און די מוחות פון די תלמידים זיי זאלן שטייגן מיט הצלחה בתורה ויראת שמים וחסידות בס"ד.

ווי באריכטעט, איז דער נייער גיגאנטישער בנין גענצליך-פארטיג; און די גלוסטעניש און ארויסקוק פון די תלמידים צו דעם ארט איז אויך ביים קלימאקס; - אבער איין טייערער זאך פעלט נאך: געלט. די "שליסל געלט" וואס זאל ערמעגליכן צו אויפפּראלן די הייליגע טויערן פאר די צאן קדשים, איז דערווייל נאכנישט דא, מען דארף נאך שאפן דער ריזיגער סכום פון איין מיליאן דאלער, כדי מען זאל קענען אנהייבן צו נוצן דעם בנין.

איר וועט זיין דער עפענער!!! די נדיבי לב און אוהבי תורה שי', די טייערע עלטערן און אור עלטערן פון די תלמידים, די חשוב'ע חסידים ואנשי מעשה, די מיטפרייענדע ידידים און קרובים - אט די זענען וועלכע וועלן תורם זיין פאר דעם יעצטיגן "סיום קאמפיין" די ריזיגע סכומים, די ברייטהארציגע צדקות, די הערליכע נדבות, די פאנטאסיטשע געלטער, כדי מען זאל שוין זוכה זיין צו הערן דעם ריינעם "קול תורה" הילכט אפ צווישן די נייע ווענט, און מאכט א נחת רוח להבורא יתברך שמו.

געדענקט! איר וועט עפענען דעם בנין, און עס וועט בלייבן אפען לדורות עולם - ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה!

מיר וועלן בס"ד פראווענען דעם "סיום", פארטיגן דעם בנין, מיט אן אויסגעשטרעקטע האנט! זיין פון די "שׁוֹעַרִים" כדי צו ערמעגליכן דאס "משוררים".

לאמיר ח"ו נישט אויפהאלטן דער 'מגדלין בו תורה' אפילו א קורצע צייט! מיר וועלן אלע צוזאמען זאגן "עלי מוטל המלאכה לגמור", און ברענגען נענטער דעם "פתח לנו שער".

בשמחה רבה ואמרו כולם "יא מיר ווילן - און וועלן בעזרת השם העלפן"


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 223357208


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (732) 845-6919
Donate
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading