Loading

חברה שומרים קרית טאהש תשפ"ה קאמפיין


14 Donors

  • Chaim Muller

    6 days ago

    CA$49.00
  • Chaim Muller

    6 days ago

    CA$36.00
  • Avigdor Weinberger

    1 week ago

    CA$73.00
  • Elimelech Lowy

    1 week ago

    CA$72.00

    לכבוד העסקן יצחק אייזיק ברכה והצלחה

  • Lavy Malka

    2 weeks ago

    CA$500.00
  • Eliesar Weiss

    2 weeks ago

    CA$201.00
  • Aaron Fischer

    2 weeks ago

    CA$180.00
  • Meshilem Kraus

    2 weeks ago

    CA$98.00

English אידיש

ברוך השם אז מען האט געקענט אנהאלטן די רואיגקייט אין שטאט דאס יאר, ווען חברה שומרים איז אלס געווען "גרייט" פאר די חשובע איינוואוינער.

פארוואס האבן מיר געפענט חברה שומרים, און וואס טוען מיר אלס.

נאכן זיך אנליידן יארן פון די כוליגאנעס וואס פלעגן טערארעזירן די טאשהע איינוואוינער, האבן מיר אזוי ווי אין יעדע אידישע שטאט געעפענט א חברה שומרים דקרית טאהש.

חברה שומרים האט בעזרת השם יתברך במשך פון די 17 יאר פון איהר עקזיסטענץ, שטארק ארויסגעהאלפן מיטן אנהאלטן די רוהיגקייט אין קרית טאהש, און אלעס מיט א צוגאנג וואס פאסט פאר אזא הייליג שטעטל, בדרכי נועם און מיט א געמיטליכקייט,לויט די פראטאקאלען וואס די דעת תורה האט אונז אויסגעשטעלט.

חברה שומרים באשטייט פון 20 וואלענטירען, 2 פאטראל קארס, און א קאמענד סענטער.

א פולע אויסשטאפירטע טעלעפאן און דיספעטשינג סיסטעם.

ראדיו און רעפיטער סיסטעם.

חברה שומרים שטייט גרייט 24 שעה צו האלטן רוהיגקייט אין שטעטל, און העלפט אויך די איינוואוינער מיט די פאלגענדע סערוויסעס פארן ציבור.

שטעלט צו שבת ויו"ט גוי/ סעקיוריטי

הילף ביי קאטאסטראפעס ווי פייערס וכדו'

ווען א קינד ווערט פארלוירען.

כסדר אויפמערקזאם מאכן מענטשן פאר סעפטי זאכן, מיטן כסדר שיקן בולעטינס און מעלדונגען צום ציבור.

כסדר ארבעטן און טוען שתדלנות ביי די העכערע פענסטערס פאר די טובה פונם ציבור.

העלפן אנהאלטן טרעפיק און פארקינג ביי גרעסערע איווענטס, ווי די יארצייט, ל"ג בעומר וכדו'

אבער דאס אלעס קאסט אונז אפ 30 טויזענט דאלער א יאר אנצוהאלטן נאר צו די מינימאלע אויסגאבן וואס א ארגענעזאציע קאסט אפ..

.

די יעצטיגע קאמפיין איז בעיקר געצילט אפליין אין בית המדרש וכדו' אבער מיר מאכן אויך די פאנד פאר די מענטשן וואס מיר קענען נישט אנקומען אין די 2 טאג פון אונזער בליץ קאמפיין, און פאר אונזערע פריינד וואס וואוינען נישט אין טאהש, און האבן א געפיל אונז צו העלפן אנגיין..

און זכות פון העלפן אנהאלטן די רוהיגקייט ביי אידישע קינדער, וועט אייך השי"ת זיכער באצאלן מיט הרחבת הדעת, געזונט פרנסה און נחת וכט"ס

יצחק אייזק ווייס

יושב ראש ומייסד חברה שומרים דקרית טאהש

בשם די וועד און די מעמבערס

מיר וועלן אי"ה אפדעיטן דא די אלע נדבות וואס וועלן אריינקומן אין שיל וכדו' ביי די קאמפיין אלס אפליין נדבות


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading