22 minutes ago
$250.0034 minutes ago
$5.0046 minutes ago
$36.001 hour ago
$100.001 hour ago
$100.001 hour ago
$50.002 hours ago
$1.00רוב נתינות באים מחברי קהילות ל"ט
2 hours ago
$200.00מזל טוב! די יתומה איז א כלה! און נאכן מיטמאכן א שווערע לעבן ווי די מאמע האט ליידער פריצייטיג פארלאזט די וועלט איבערלאזענדיג נאך זיך א שטוב פון אכט פארביטערטע יתומים.
די טאטע האט ב"ה נאכאמאל חתונה געהאט ווי ער איז געבענטשט געווארן מיט א פרישע שטוב מיט קינדער און ער דארף יעצט שפייזן א ריזיגע משפחה מיט 15 נפשות בלע"ה.
אלץ א געטרייע טאטע ארבעט ער פלייסיג ער איז א נהנה מיגיע כפו און ער ארבעט זייער זייער שווער צו ברענגן פרנסה, זיין הכנסה איז ווייט ווייט נישט גענוג פארן מינימאלען טאג טעגליכן לעבן לויט די געבענטשטע גרויסקייט פון זיין פאמיליע.
בלויז אין די פארגאנגענע 2 יאר האט זיך אנגעזאמעלט זיינע חובות צו בערך 100 טויזענט דאללער [נעמט אין אכט: אין א שטוב פון יתומים קען קיין געלט נישט זיין קיין אפהאלט פאר גארנישט].
לאמיר זיי נישט לאזן פאלן און לאמיר העלפן די כלה די יתומה וואס איז אן אייניקל פון הרה"ק ר"ר אלימלך פון ליזענסק זי"ע צו גיין רואיגערהייט אונטער די חופה אויפצושטעלן איר אייגענע בית נאמן בישראל בשטומ"צ וואס קומט פאר אין די קומענדיגע וואכן הבעל"ט.
אונזער יעצטיגע פליכט איז אויפצורעכטן די משפחה און זיי שטעלן אויף די פיס און דערצו דארף דרינגענט געשאפן ווערן לכה"פ דריי הונדערט טויזענט דאללער ($300,000)
הונדערט טויזענט: חתונה הוצאות
הונדערט טויזענט: דעקן חובות פון די לעצטע 2 יאר
הונדערט טויזענט: א שטיקל קרן אויף די קומענדיגע תקופה.
מיר האפן צו דערגרייכן דעם ציל, און פאל ער וועט אריינגעקומען מער זייט זיכער אז די געלט וועט נישט גיין פאר לוקסוס נאר וועט דינען אלץ קרן פאר א לענגערע תקופה.
קויפט זיך איין זכותים, צאלט אויס א חלק פונעם חתונה.
און דער טאטע דער אבי היתומים ווען אייך זיכער באצאלן השפעות טובות.
און דער ר"ר אלימלך האט געזאגט "ווער עס וועט העלפן מיינע אייניקלעך וועל איך בעטן פאר אים אויף יענע וועלט".
פאר סיי וועלכע פרטים בנוגע די קאמפיין קענט איר רופן 845-600-2929 און מיר וועלן אייך אי"ה צוריקרופן
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 113459039