Loading

הכנסת כלה קאמפיין


69 Donors

  • Phone Donation

    1 week ago

    $35.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $10.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $50.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $50.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $10.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $26.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $50.00
  • Phone Donation

    1 week ago

    $20.00

English אידיש

טייערע חברים און מוקירי תורה,

מיר אלע ווייסן ווער דער מלמד איז. ער איז דער וואס שטייט יעדן אינדערפרי מיט א שמייכל און נעמט אויף די תינוקות של בית רבן מיט אן געוואלדיגער סבלנות. ער איז דער וואס האט אריינגעבאקן די ערשטע ווערטער פון "תורה צוה לנו משה" אין די ריינע הערצער פון אונזערע קינדער. יארן לאנג וואס זיין גאנצע וועלט דרייט זיך ארום דעם חדר, ארום די הייליגע תורה, און ארום דעם עתיד פון כלל ישראל.

אבער היינט ווען דער טייערער מלמד קומט אהיים פון חדר, ווארט אים אם דאגות און חובות וואס נעמט אוועק זיין רואיגקייט.

ער האלט יעצט עטליכע וואכן פארו חתונה מאכן זיין טאכטער און דאס הארץ קלאפט אים. דאס זעלבע מויל וואס זאגט מיט די קינדער קמץ-אלף-אָ, קען יעצט קוים ארויסרעדן א ווארט פאר דאגה. ער איז נאך זייער אונטערשטעליג מיט אלע הוצאות; ער האט פשוט נישט די מינימאלע סכומים אונטערצופירן זיין קינד אונטער די חופה מיט כבוד.

זיין אשת חיל רייסט זיך איבער די כוחות צו ברענגען נאך א דאלאר און נאך א דאלאר, אבער א מלמד'ס שטוב איז א שטוב פון צניעות און הסתפקות – דארט פעלט שטענדיג די פאר איבעריגע דולר אפילו אין א געווענליכע טאג.

מיר קענען אים נישט לאזן אליין ביים שוועל!

דער איד וואס האט מגדל געווען דורות פון ערליכע קינדער, דארף יעצט אונזער הילף. מיר קענען נישט צוקוקן ווי ער שטייט פארלוירן. מיר מוזן אים געבן די מעגליכקייט צו חתונה מאכן זיין טאכטער מיט הרחבת הדעת און א רואיג קאפ, אז ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש מיט א פרייליך הארץ.

דער רבונו של עולם זאגט אונז קלאר:

אויב דו מאכסט פרייליך מיינע קינדער – וועל איך פרייליך מאכן דיינע!

אין דעם זכות פון שטיצן א מרביץ תורה וואס גיבט זיך אוועק פאר אנדערע, וועט אייך דער באשעפער בענטשן מיט נחת פון אייערע אייגענע קינדער מיט געזונט און שפע רב און מיט פרנסה בכבוד ובריווח אז עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן.

ביטע, עפנט אייער הארץ און זייט זיך משתתף מיט א שיינעם, ברייטן סכום!

יישר כח און תזכו למצוות!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 474561522
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 409-1130

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading