5 hours ago
$36.00845 Expo
16 hours ago
$99.00לכבוד רבי יואל שליט"א
22 hours ago
$180.0023 hours ago
$1,000.0023 hours ago
$36.001 day ago
$180.002 days ago
$72.002 days ago
$180.00עס איז נישט גרינג צו שרייבן די שורות. נישט ווייל עס פעלן ווערטער. נאר ווייל עס איז שווער צו באשרייבן וויפיל צער קען ליגן אונטער א שמייכל.
עס רעדט זיך פון א חשוב'ן אינגערמאן. א בעל־פרנסה. א ירא שמים. א מענטש וואס שטייט יעדן אינדערפרי אויף מיט איין ציל – צו שפייזן זיין משפחה בכבוד. ווער עס זעט אים אויפ'ן גאס, זעט א נארמאלן איד. קיינער זעט נישט די מלחמה כבידה וואס ער פירט אינעווייניג.
אין זיין שטוב געפינט זיך א דיאגנאזירטע טאכטער, ר"ל. פון יענעם טאג אן האט זיך זיין גאנצע וועלט איבערגעדרייט.
טויזנטער דאגות.
אומצאליגע הוצאות.
שלאפלאזע נעכט.
און דער פחד וואס לאזט נישט אפ א טאטן'ס הארץ.
און דאך...
יעדן טאג גייט ער ארויס ארבעטן.
מיט אמונה.
מיט האפענונג.
מיט דער תפילה אז אפשר וועט מארגן זיין אביסל גרינגער.
אבער מארגן קומט...
און ווערט נאכאמאל שווערער.
כמעט יעדן ערב שבת געפינט ער זיך נעגעטיוו מיט $500 ביז $1,000.
נישט פאר לוקסוס.
נישט פאר איבעריגע זאכן.
נאר פאר ברויט.
פאר שבת.
פאר עסן.
פאר געז.
פאר עלעקטריק.
פאר די פשוט'ע זאכן וואס יעדער שטוב דארף האבן.
ער איז נישט קיין מענטש וואס בעט.
ער איז נישט קיין מענטש וואס וויינט פאר אנדערע.
פארקערט.
ער האט אלעס געטון אז קיינער זאל גארנישט וויסן.
ער האט בארגט.
ער האט געדרייט.
ער האט אוועקגעשטופט חובות.
ער האט דעקן טשעקס.
נאר כדי חלילה נישט צו פארלירן זיין גוטן נאמען.
יעדן אינדערפרי עפנט ער זיין באנק־קאנטע...
און זעט זיך ווידער אין א נעגעטיוו.
און ער טראכט נאר איין זאך...
"ווי אזוי קום איך אדורך נאך היינט?"
נאר א נאנטער ידיד האט באמערקט אז עפעס שטימט נישט.
מיט אסאך געפיל האט ער אים אפירגענומען.
און דעמאלטס...
איז ארויסגעקומען די ביטערע אמת.
ברוך השם.
די גרויסע חסד־ארגאניזאציעס האבן זיך אריינגעלייגט צו טראגן דעם ריזיגן מעדיצינישן עול.
זיי העלפן מיט די באהאנדלונגען.
מיט די אויסגאבן.
מיט די זאכן וואס קיין איין משפחה קען נישט אליין טראגן.
אבער...
קיינער באצאלט נישט די שבת־ארדער.
קיינער דעקט נישט די נעגעטיוו אין באנק.
קיינער קומט נישט יעדן פרייטאג מאכן זיכער אז ס'איז דא וואס ארויפצושטעלן אויפ'ן שבת־טיש.
און קיינער נעמט נישט אוועק די חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט במשך די שווערע יארן.
היינט ליגט אויף זיינע פלייצעס א לאסט פון כמעט $50,000.
נישט ווייל ער האט געלעבט העכער זיינע מעגליכקייטן.
נישט ווייל ער האט געוואלט עפעס פאר זיך.
נאר ווייל ער האט געטון אלעס...
כדי צו ראטעווען זיין קינד.
ער בעט נישט אז מען זאל טראגן זיין גאנצן עול.
ער בעט נאר א האנט.
א שטופ.
א געלעגנהייט זיך צוריק אויפצושטעלן.
כדי ער זאל קענען ווייטער ארבעטן...
און ווייטער שפייזן זיין משפחה בכבוד.
דערפאר ווענדן מיר זיך היינט צו אייך.
נישט ווייל ער האט געבעטן.
נישט ווייל ער האט געזוכט רחמנות.
נאר ווייל מיר קענען נישט בלייבן שטיל ווען א ברודער קראכט אונטער אזא לאסט אליינס.
אויב יעדער פון אונז וועט צולייגן א קליינערחלק ...
וועט דער חוב ווערן קלענער.
דער דרוק וועט ווערן לייכטער.
און א טאטע וועט קענען אהיימקומען צו זיינע קינדער מיט אביסל מער לופט צו אטעמען.
לאמיר אים העלפן טראגן דעם שווערן לאסט.
לאמיר אראפנעמען פון זיינע פלייצעס וויפיל מיר קענען, כדי ער זאל קענען ווייטער טראגן דאס וואס מיר קענען אים נישט אוועקנעמען.
זאל דער אייבערשטער באצאלן יעדן וואס נעמט א חלק אין דער מצוה, מיט שפע ברכה והצלחה, געזונט, נחת, הרחבת הפרנסה, און מען זאל קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663