6 minutes ago
$50.0022 minutes ago
$5.00לכבוד ר' אלי' דוד
29 minutes ago
$72.002 hours ago
$30.00רבי זלמן מחייב
3 hours ago
$10.004 hours ago
$36.004 hours ago
$180.004 hours ago
$360.00א אידישע משפחה דארף אונזער הילף!
מיט א צובראכן הארץ ווענדן מיר זיך צו אייך טייערע אידן, ארויסצוהעלפן א חשוב'ע משפחה וואס איז ליידער אריינגעפאלן אין א גאר שווערע מצב.
מיט בלויז צוויי וואכן צוריק האט דער טאטע פון די משפחה, געהאט א שווערע עקסידענט.
ב״ה ער איז שוין אהיים פון שפיטאל, אבער ער איז נאכנישט בכח זיך צוריקצוקערן צו די ארבעט, און דערווייל קומט נישט אריין קיין פרנסה, און ווי יעדער פארשטייט, א שטוב דארף ווייטער אנגיין. די טעגליכע הוצאות, עסן, בילס און אלע געברויכן פון א גרויסע משפחה הערן זיך נישט אויף, אפילו ווען דער טאטע קען נישט ארבעטן.
און פונקט יעצט אינמיטן דעם שווערע מצב, דארף ער אויך מאכן בר מצוה פאר א קינד. אנשטאט זיך צו קענען פרייען מיט א רואיג הארץ ביי די שמחה, ליגט אויפן טאטן א שווערע דאגה — פון וואו נעמט מען צו דעקן די אלע הוצאות ווען מען קען נישט
אהיימברענגען קיין פרנסה.
טייערע אידן, לאמיר נישט לאזן א משפחה אליין אין אזא צייט. ווער עס קען זיך משתתף זיין, מיט וויפיל עס איז נאר מעגליך — גרויס אדער קליין — וועט ממש אראפנעמען א שטיין פון זייער הארץ. יעדע דאלאר העלפט, און יעדע נתינה מאכט א חילוק.
לאמיר אינאיינעם זיי העלפן דורכגיין דעם שווערען תקופה בכבוד, ביז דער טאטע וועט זיך בעז״ה ערהוילן און קענען צוריקגיין צו זיין ארבעט און מפרנס זיין זיין משפחה.
תזכו למצוות! און אין זכות פון אייער צדקה זאלט איר שטענדיג קענען געבן אויף שמחות און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אנדערע.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663