Loading

והחזקת בו



Team Yitzchok And Shaindy Rosenberg

5

$0.00

Donated

$5,000.00

Goal

0

Donors


״וְכִי יָמוּךְ אָחִיךָ וּמָטָה יָדוֹ עִמָּךְ וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ״

(ויקרא כ״ה, ל״ה)

א אידישע משפחה שטייט חלילה אויפן שוועל פון פארלירן זייער דאך איבערן קאפ!

עס רעדט זיך פון א איד, א בעל משפחה, וואס האט אלע יארן געארבעט און זיך בכבוד מפרנס געווען, ביז ער איז ליידער שווער קראנק געווארן.

די קראנקהייט האט אים נישט בלויז צוגענומען זיין געזונט, נאר אויך זיין פרנסה, און פון יענעם טאג אן האט זיך אנגעהויבן א ביטערע קייט פון שוועריקייטן. איין חוב האט נאכגעשלעפט דעם צווייטן, און דער מצב איז מיט דער צייט אלץ טיפער און טיפער געפאלן.

היינט איז דער מצב אנגעקומען צו א שרעקעדיגן פונקט!

די מארטגעדזש איז שוין לאנג נישט באצאלט, די חובות דריקן, און די משפחה שטייט אין א ממשות'דיגע סכנה צו פארלירן זייער אייגענע היים!

א טאטע וואס האט אמאל מיט כבוד געברענגט פרנסה פאר זיין משפחה, דארף היינט צוקוקן ווי מען גרייט זיך חלילה ארויסצונעמען זיין משפחה פון זייער אייגענעם שטוב.

אויף אזא מצב האט אונז די תורה הקדושה באפוילן:

״וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ״ — האלט אים אונטער!

ווי רש״י הקדוש זאגט: ״אל תניחהו שירד ויפול ויהיה קשה להקימו״.

טייערע ברידער! דא רעדט זיך נישט בלויז פון העלפן באצאלן א חוב. דא רעדט זיך פון ראטעווען א גאנצע אידישע שטוב, פון פארמיידן א שרעקליכן צוזאמענברוך, און פון צוריקגעבן א משפחה די רואיגקייט און זיכערקייט וואס זיי האבן שוין אזוי לאנג נישט געשפירט.

יעצט איז דער מאמענט מקיים צו זיין ״והחזקת בו״!

לאמיר זיך צוזאמנעמען מיט א ברייט הארץ און אן אפענע האנט, און העלפן ראטעווען די היים פון א אידישע משפחה, איידער עס איז חלילה צו שפעט.

ובזכות הצדקה זאל דער אויבערשטער משפיע זיין פאר אלע נדיבים ברכה והצלחה, בריאות השלימות, פרנסה בריוח, און נחת דקדושה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זיין שטענדיג פון די נותנים און נישט פון די נצרכים.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading