Donated
Goal
Donors
1 week ago
$36.001 week ago
$180.001 week ago
$18.002 weeks ago
$100.003 weeks ago
$25.003 weeks ago
$100.003 weeks ago
$36.003 weeks ago
$100.00מיר ווענדן זיך צו אייך היינט אונז צו העלפן ארויסווייזן שטיצע צו אונזער פריינט דער חתן, אין דעם צייט וואס ער הייבט בעזהשי"ת אן א נייע און גליקליכע קאפיטל אין זיין לעבן.
מיר חברים האבן מיטגעהאלטן אין די לעצטע יארן ווי אונזער חבר גייט דורך אזויפיל שוועריגקייטן, אבער דאך איז ער אנגעגאנגען מיט א געוואלדיגע שטארקקייט און שמחת החיים. יעצט דארפן מיר אים ארויסהעלפן כדי אז ער זאל קענען אנהייבן זיין נייע עתיד.
דער חתן האט נעבעך פארלוירן זיין מאמע ע"ה, די וואס וואלט ווען יעצט געדארפט זיין פארנומען איינצוקויפן און צוצושטעלן יעדע חלק פונעם חתונה מיט פרייד און אים אינטערפירן צו די חופה אין א מזל'דיגע שעה. זיין טאטע'ס געזונט צושטאנד ערלויבט אים אויך נישט זיך אונטערצונעמען דעם עול פון די הוצאת החתונה. א גרופע פון זיינע חברים האבן דערפאר זיך אונטערגענומען צו שטיין מצד החתן און צאמשטעלן די גאנצע סומע וואס עס פאדערט זיך צו ברענגען דעם חתן צום חופה בדרך כבוד.
יעדע נדבה, קליין צו גרויס, ברענגט דעם חתן נענטער צום חתונה מיט אמתע מנוחת הנפש. דער אבי היתומים איז מבטיח, ,אם אתה משמח את שלי, אני משמח את שלך.' נעם אנטייל אין דעם גרויסן זכות, זיי מנדב וויפיל איר קענט און געב איבער וועגן דעם צוועק צו אנדערע וואס קענען ארויסהעלפן.
שיק אריין דיין ברייטהארציגע נדבה היינט – און העלף א חתן אויפבויען א בית נאמן בישראל און א גליקליכן עתיד.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663