Loading

באחדות'דיגע שמחה



Team שלמה טייטלבוים

14

$0.00

Donated

$1,500.00

Goal

0

Donors

די קנעפל צו ישועות

די שמחה איז עד אין שיעור מען האלט שוין ביי חיים שלמה'לעס חתונה...!!!

די יארן לויפן... אסאך שנעלער ווי מען מיינט...!

מען טראכט צוריק פון ווי מען קומט, די דורכגענג, מינוט ביי מינוט, שעה נאך שעה, טאג נאך טאג, חודש נאך חודש, יאר נאך יאר,

גוטע צייטן, בעסערע צייטן, און צומאל פארקערט נישט מער געדאכט, עס איז געווען ווען מען האט אויפגעגעבן, עס איז געווען ווען מען האט געטראכט אז ס'איז פארפאלן, עס געווען ווען מען האט געהערט גריסן, גוטע צו שווערע, מען האט זיך מחזק געווען...

און היינט שטייט מען ביי דעם געהויבענעם מינוט, א מינוט פון גליק אן א ענד, אין לשער ואין לתאר, די געפילן רינען איבער, די אויגן זענען נאס פון טרערן פון שמחה, ווער האט געגלייבט און ווער האט גע'חלומ'ט, אזא שמחה...!

מען רעדט פון א בחור א צדיק, א ירא שמים מרובים, א תלמיד חכם, א דורך געווייקטע חסיד'שע איד בכל המבנים, הכרת פניו ענתה בו, אזש עס גליסט זיך צו כאפן א טענצל מרוב חסדי הבורא ברוך הוא!

חיים שלמה האט שוין חתונה בשטו"מ!!!

אבער...

ס'איז דאך דא די באקאנטע קשיא 'כסף מנלן'...!

כדי מען זאל קענען גיין אונטער די חופה דארף מען האבן די נוטיגע פאנדן אריינצוברענגן די שמחה בהרחבת הדעת, און ביזדערווייל איז אין פרוטה לפורטה

דערפאר האבן מיר - משפחת סאמעט - זיך אריינגעלייגט בלב ובנפש חפיצה צו מכתת זיין רגלנו, צו צוזאמשטעלן די סכום הנצרך למען מצות הכנסת כלה, ומבשרך אל תתעלם, מצות צדקה, ועוד ועוד

העלפט אונז ארויס און ווערט געבענטשט בכל מיני ישועות ורפואות, הצלחה ביי די קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות, השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, שמחה ודביקות בבורא יתברך מתוך נחת והרחבת הדעת

אמן

יישר כח!!!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 474032767

Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading