Donated
Goal
Donors
3 months ago
CA$67.00וואס טוט מען נישט פאר א גוטע חבר
3 months ago
CA$18.003 months ago
CA$22.25Round two
3 months ago
CA$22.47I miss you all❤️❤️❤️
3 months ago
CA$22.333 months ago
CA$24.003 months ago
CA$18.003 months ago
CA$50.00בס"ד
ערב שב"ק חזון:
אֲזַי הַמַּיִם שְׁטָפוּנוּ!
די שטורעמישע וואסערן האבן גרויזאם פארפלייצט די הייזער פון 25 היימישע משפחות.
די שאדן איז אסטראנאמיש גרויס.
אבער אונזער אחריות און מעגליכקייט זיי צו העלפן איז גרעסער.
ווען זיי האָבן נישט וואו צו שלאָפן וויאזוי קענען מיר רואיג שלאפן?
אין א שימלדיגער דירה איז אוממעגליך צו וואוינען.
אויף בעטן וואס איז צוגרינד געגאנגען איז נישט שייך זיך צו לייגן.
און מיט די שטאפיר וואס איז חרוב געווארן קען מען זיך נישט קליידן.
מיר גייען זיי נישט לאָזן דערטרונקען ח"ו אין דעם טיפן פינאנציעלער פארלוסט.
מ'וועל מיר שאפן לכה"פ $300,000 זיי צו שטעלן אויף די פיס, און דערווייל זיי מסדר צו זיין אין פאסיגע וואוינערטער.
שֶׁהִמְתַּקְתָּ לָמוֹ מְרִירוּת מַיִם.
יא, אלע פון זיי האבן ב"ה געהאט אינשורענס, און דערצו איז צאמגעשטעלט געווארן גרויסע גרופעס עסקנים, וועלכע העלפן ארויס יעדעם באזונדער מיט די גאנצע 'קלעימען' פראצעדור מיט גרויס געניטשאפט.
אָבּער
די ריזיגע שאדן איז ביי א גרויסער טייל פון די פאמיליעס פיל מער ווי די אינשורענס דעקט, און זיי בלייבן מיט שווערע צענדליגער אלפים אומבאצאלט!
צוזעענדיג זייער שיקזאל ווערט די הארץ פשוט פארפלייצט מיט רחמנות.
רעב איד,
שְׁלַח יָדֶיךָ, פְּצֵנִי וְהַצִּילֵנִי מִמַּיִם רַבִּים.