Loading

קול חתן



Team יאקאב שלמה

1

$3,478.37

Donated

$3,600.00

Goal

9

Donors

Donate Now

9 Donors


חסד במלוא מובן המילה!!!!

פאר ווער עס קען איהם דארף מען נישט מסביר זיין, און פאר ווער עס קען אים נישט, איז שווער צו מסביר זיין.

א טייערע לעכטיגער חבר, א בחור, וואס זיין יוגנט איז נישט געווען די גרינגסטע ביז אהער, אן אומסטאבילער היים, וואס האט משפיע געווען אויף אים און אויף זיינע געשוויסטער, אבער ב"ה אז א פרעמדער וועט עס נישט גלייבן אויף זיין לעכטיגער צורה.

א בחור וואס האט אלץ געוואלט דאס איינע, זיין געטריי פארן מלך מלכי המלכים, טוען זיין רצון ביזן לעצטן טראפן בלוט, און נישט אויפגעבן, און זיינע שאיפות טוט ער פארוויקלעכן.

צו מסביר זיין די כוחות וואס קאסט פאר אזא בחור איז שווערליך, אנציגיין נארמאל, כאטש ניסיונת פארלייגט זיך אויף די פראָנטן. ס'איז אים נישט אנגעקומען לייכט, ס'איז געווען הזורעים בדמעה, זיך האלטענדיג פעסט און אנגיין מיט א שטארקייט

ברוך השם אז אונזער טייערע חבר גייט אנהייבן בעזרת השם א פריש בלעטל, מ'האלט שוין ביי ברינה יקצורו, דאס באשערטע איז אים שוין מגולה, און ער גרייט זיך שוין אט אט צו שטעלן זיינע פיסטריט אונטער די חופה שטאנגען.

אבער. שטאנגען? דערווייל איז קיין שטאנגען נישט פארהאן!!!!!

אונז זעמיר אלץ געווען א באחדות'דיגע כיתה, יעצט לאמיר עס ארויסווייזן בפרהסיא. מיר וועלן נישט לאזן פארפאלן גיין אונזער חבר. און ניין, מיר וועלן אים נישט לאזן זיך דראַפּן אויף שווערע ווענט פון ליידיגע קאסעסרבותי בידינו הדבר!!!!!!!

יא!!!!

מיר. קענען. עס. באווייזן.

לאמיר אריינווארפן נאך א נדבה'לע און נאך א נדבה'לע. דערמיט העלפן אויפבויען נאך א אידישע שטיבעל'ע. א ערליכע חסידישע שטוב, א שטוב אוואו תורה און יראת שמים וועט אייביג זיין שורה, א שטוב וואס וועט אראפברענגען נאך א דור אייניקלעך פון הייליגן רבי ר' אלימלך און פון נאך פילע גרויסע צדיקים. לאמיר האבן א חלק אין דעם הייליגן שטוב.

יא. מיט געלט קען מען אים אוועקשטעלן בס"ד א שענערע און א בעסערע לעבן. א גרינגערע עתיד.

דיין ווארעמע נדבה.

.

.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

441229260998
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading