Donated
Goal
Donors
1 week ago
$225.00I h
3 weeks ago
$72.00לכבוד ידידי היקר.....
3 weeks ago
$2.31פאר ווער עס קען איהם דארף מען נישט מסביר זיין, און פאר ווער עס קען אים נישט, איז שווער צו מסביר זיין.
א טייערע לעכטיגער חבר, א בחור, וואס זיין יוגנט איז נישט געווען די גרינגסטע ביז אהער, אן אומסטאבילער היים, וואס האט משפיע געווען אויף אים און אויף זיינע געשוויסטער, אבער ב"ה אז א פרעמדער וועט עס נישט גלייבן אויף זיין לעכטיגער צורה.
א בחור וואס האט אלץ געוואלט דאס איינע, זיין געטריי פארן מלך מלכי המלכים, טוען זיין רצון ביזן לעצטן טראפן בלוט, און נישט אויפגעבן, און זיינע שאיפות טוט ער פארוויקלעכן.
ברוך השם אז אונזער טייערע חבר גייט אנהייבן בעזרת השם א פריש בלעטל, מ'האלט שוין ביי ברינה יקצורו, דאס באשערטע איז אים שוין מגולה, און ער גרייט זיך שוין אט אט צו שטעלן זיינע פיסטריט אונטער די חופה שטאנגען.
לאמיר אריינווארפן נאך א נדבה'לע און נאך א נדבה'לע. דערמיט העלפן אויפבויען נאך א אידישע שטיבעל'ע. א ערליכע חסידישע שטוב, א שטוב אוואו תורה און יראת שמים וועט אייביג זיין שורה, א שטוב וואס וועט אראפברענגען נאך א דור אייניקלעך פון הייליגן רבי ר' אלימלך און פון נאך פילע גרויסע צדיקים. לאמיר האבן א חלק אין דעם הייליגן שטוב.
יא. מיט געלט קען מען אים אוועקשטעלן בס"ד א שענערע און א בעסערע לעבן. א גרינגערע עתיד.
דיין ווארעמע נדבה.
.
.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094