Loading

גדול המלבין שיניים



233 Donors


גדול המלבין שיניים

כל השומע יצחק לי; לאמיר מאכן אונזער חבר שמייכלען נאכאמאל א פולן שמייכל...!

ציין איז נישט קיין לוקסוס. ציין איז א לעבנסוויכטיגער אבר.

אונזער טייערער חבר, איז ליידער א בעל יסורים נישט פון היינט. אבער אין די לעצטערע חדשים קען ער שוין כמעט נישט עסן סיי-וועלכע נישט-ווייכע עסן צוליב דעם וואס עס פעלט אים 'אלע' אויבערשטע ציינער ה"י.

דער מצב הייבט זיך שוין כמעט אן גרעניצן מיט פיקוח נפש, ווייל אז מ'קען נישט נארמאל עסן ברענגט דאס א גאנצע רייע פרישע פראבלעמען פיזיש און גייסטיש.

דעריבער האבן מיר זיך צאמגענומען מיט א ציל אים צו געבן בעז"ה שפאגל-נייע ציין! אין די קומענדיגע וואכן איז געסקעדזשועלט א פולע קאסטבארע 'אימפלענט', מיט וואס ער וועט נאכאמאל קענען קייען, עסן, און שמייכלען...!

לאמיר אים געבן כאטש די מתנה און מעגליכקייט צו קענען נארמאל עסן און אנגיין מיט'ן לעבן פאר נאך לאנגע יארן בעזר ה'.

מיר רופן צו אלע אונזערע ידידים און גוטע פריינד, און צום גאנץ כלל ישראל רחמנים בני רחמנים צו מקיים זיין די מצוה פון הצלת נפשות און משמח זיין לב האומלל, וגדול המלבין שיניים לחבירו יותר ממשקהו חלב!

אין דעם זכות וועלן מיר אלע געבענטשט ווערן צו 'שמייכלען נאכאמאל', ווען הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה, און מיר וועלן זוכה זיין צום 'אז ימלא שחוק פינו' בשוב ה' את שיבת ציון.

ביטע לייגט אריין א הערליכן סכום מיט א שמייכל!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 205-6244
Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading