Loading

הכנסת כלה - עמערדזשענסי קאמפיין



38 Teams


157 Donors


גאר אן אויסנאמליכער פאל, פאדערט גאר זאפארטיגע רעספאנס, און ברוך

השם, מ'רעדט נישט פון א קרן יתומים קאמפיין, יעדער לעבט ב"ה, יעדער איז

געזונט און שטארק, און טאקע דערפאר מוזן מיר שוין יעצט טוען צו די זאך, עס

זאל טאקע בע"ה בלייבן אלעס און ארדענונג!

סאיז די רעדע פון א גאר נאנטע חבר און א קרובת א גאר חשובער אינגערמאן

א נהנה מיגיע כפו ועוסק באורייתא תדירא, א טאלאנטפילער פרייליכער

באטעמטער מענטש, וואס האט הנאה צו געבן און צו ברענגען א שמייכל פאר

יעדן איד, ער האט ב"ה א שטוב מיט קינדער בליעה"ר, זיך קיינמאל נישט

אנגעלייגט אויף א צווייטן, געארבעט אלע יארן מן הבוקר ועד הערב, צו זיין א

נהנה מיגיע כפו, און נישט דארפן אנקומען צו א צווייטן, אויך ארבעט ער א

גאנצן טאג שווער אויף פרנסה בנאמנות, און אזוי פירט ער זיין שטוב לשם

ולתפארת.

קיינמאל קיינמאל האט ער גע'חלום'ט צו האלטן ביי אזא מצב בעת שמחתו

הגדולה. אבער... פון הימל האט מען אנדרעש געוואלט, צוליב פארשידענע

גרויסע הוצאות אין זיין שטוב אשר אין כן מקומו להאריך , און צו דעם אלעם

קאסט עם יעדע חודש שווערע געלטער פאר פארשידענע גאר וויכטיגע עינינים,

זענען עם אויסגעטרוקנט געווארן אלע געלט רעזערוון, און ס'איז אים נאך

אפילו אנגעוואקסן גרויסע חובות פון די אלע אומגעראכטענע הוצאות, צו זיין

גרויס ווייטאג און עגמת נפש

אצינד גרייט ער זיך ב"ה צו חתונה מאכן צוויי קינדער און די קומעדיגע מאנאטן,

און אויפן ביליגסטן שפארזאמסטן אופן מוז זאפארט געשאפן ווערן א ריזיגע

סומע צו ראטעווען אונזער חשובער ידיד פון צוזאמענברוך! לאמיר עם

אהטקעגן קומען מיט דעם גאנצן סכום, ער זאל קענען צוגיין צו די חתונה מיט

א פרייליך געמיט, געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט! מיר מיזן שוין טוען צו די

זאך!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 666-3958
Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading