Loading

קרן יתומים משפחת סאפיר



Team Menashe Weiss - מנשה ווייס Under Menashe Zafir

9

$0.00

Donated

$5,000.00

Goal

0

Donors


English אידיש

די גאס איז צעשוידערט. יעדער איד איז צעטרייסלט.

א שוידערליכע עקסידענט, פארנעפעלטע שמועות, אבער... דאס מציאות איז נאך ביטערער... ר' מרדכי סאפיר ע"ה איז מער נישט דא... ווער?! ער?! וויאזוי קען דאס זיין?! ווען און וויאזוי איז דאס געשעהן?

יעדער געדענקט ר' מרדכי, אן איש מורם מעם, א איש חסיד במלא מובן המילה, נוח לשמים ולבריות, זיין גוטמוטיגקייט און צוגעלאזנקייט, אבער מיט א שטענדיגע חסיד'ישע ערנסטקייט און ברען. א מלמד מומחה וואס האט איבערגעגעבן זיין ווארימקייט און אצילות צו די טויזנטער צאן קדשים וועלכע האבן קונה געווען ביי אים תורה און יראת שמים. אבער אפילו אינדרויסן, אין ביהמ"ד און אויפן גאס, אויפנעמענדיג יעדן איינעם בסבר פנים יפות. זיין דאווענען בקביעות כבן המתחטא לפני אביו מיט ווארימקייט, און זיין שטענדיגע גרייטקייט צו ענטפערן יעדן איד מיט ענדלאזע הארציגקייט, דאס פארבלייבט ביי אונז אלע אין זכרון.

דער ביטערער עקסידענט אויפן וועג אהיים פון א שמחה האט דוכגעריסן כלל ישראל'ס הערצער, און האט צעשוידערט יעדן איינעם, אבער מער פון אלעם האט דאס איבערגעלאזט זיין טייערע אלמנה און קינדערלעך אן זייער ברויט געבער, אן דעם טייערן ראש המשפחה, זייער קרוין איבערן קאפ. מיר קענען נישט צוריקברענגען זייער פאטער, אבער מיר קענען העלפן סטאביליזירן זייער צושטאנד, אז געלט זאל נישט זיין דער אפהאלט צו אנהאלטן די לעכטיגע שטוב.

תיכף ביי די שבעה האט מען געשאפן גרויסע סכומים פון נאנטע און ידידים, אבער מיר מוזן דאס צוענדיגן און העלפן די חשוב'ע אלמנה און קינדער שטיין אויף די פוס - פארזיכערן אז דער מאטריאליסטישער לאך איז פארהיילט, אויף וויפיל מיר קענען.

כלל ישראל, אצינד איז די רייע, צו טרייסטן און פארהיילן זייער וואונד אויף וויפיל עס איז שייך, מיר פילן מיט מיט זיי, און ערמעגליכן א המשכה פאר זיין לעכטיגע נשמה, מיד ולדורות!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 366-2753

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading