Loading
מערכת תורת אש
איז די מפעל האדיר פון הוצאה לאור פון תורת רבותינו הק' זיע"א ויבלחט"א כ"ק מרן רבינו שליט"א, אנשי שלומינו תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט און עמך בית ישראל מוקירי זכרו פון עמוד האש כ"ק רבינו הקדוש זצוק"ל זענען באקאנט מיט די וועכענטליכע גליונות וואס מיר האבן די זכיה צו פארשפרייטן, דערצו האט די מערכת שוין ארויסגעגעבן אויך די הערליכע קונטרסים להבות אש אויף מועדים וזמנים, און די קונטרסים צהר עבודה וואס ענטהאלט אין זיך די הייליגע מנהגים אויף ימים נוראים און ימי הפורים, אבער וואס איז מיט די אלע אנדערע דברי תורה וואס די רבי האט איבערגעלאזט? פארוואס איז נאך נישט דא צו באקומען די שיעורים אויף תניא וכדו'?
איז זענען מיר פרייליך צו מעלדן אז יא!!!! די מערכת לייגט אריין איבערמידליכע כוחות טאקע אויף די שיערים און ספה"ק תניא וואס וועט בעז"ה ארויסקומען בקרוב מיטן נאמען תניא כוותיה דרב, מערכת תורת אש איז דא מיט איין ציל ארויסצו געבן אלעס וואס ס'איז דא פונעם רבי'ן זכרונו לברכה אנגעהויבן ביי די פייער'דיגע של"ס תורה, די הערליכע שמועסן און אויך די זיסע שיעורים, אט יעצט בשעת מען ארבעט אויף די תניא שיעורים וועבן זיך שוין די פלענער ארום די שיעורים אין מסכת ברכות וואס א טייל דערפון איז שוין ערשינען פארגאנגענע חודש סיון אינעם קונטרס מעין הברכה.
און יא! ווי איר פארשטייט אליין קאסט די גאנצע אפעראציע א געוואלד מיט געלט, אבער צו וועט געלט זיין די אפהאלט פון פארשפרייטן דברי אלוקים חיים? צו וועגן אביסל געלט וועלן די כתבים ליגן פארשעמט אין א זייט?
ניין!!!!!
מיר אלע צוזאמען וועלן אוועקשטעלן א יסוד איתן "להמשיך פעולות צדיק", די שלוחי הקודש די געטרייע עסקנים פון מערכת תורת אש ווענדן זיך צו אייך אלע אנשי שלומינו בארץ ובגולה, לאמיר ממשיך זיין די עבודת הקודש וואס אונזער אומפארגעסליכער הייליגער רבי האט אנגעהויבן, שליסט אייך אן מיט א קשר אמיץ צום רבי'ן זכרונו לברכה דורכן אוועקשטעלן די מערכת אויף פעסטע יסודות, מיט א מינימאלע תרומת הקודש פון 180 דאלער וועט איר האבן די זכיה "להמשיך פעולת צדיק" כפי רצון קדשו פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זיעועכי"א, וכפי רצו"ק פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
$