Loading

כלל ישראל פאר כלל ישראל



Team שלמה דייטש

8

$0.00

Donated

$1,000.00

Goal

0

Donors

Donate Now

כלל ישראל פאר כלל ישראל!!!

אין ירושלים עיה''ק איז א טייערע איד אויפגעקומען מיט א געניאלע בייפאל וויאזוי צו מקיים זיין די הייליגע מצוה פון מתנות לאביונים. נעמליך, עס איז פארהאן ארום ניין מיליאן פרייע אידן ארום דער וועלט וואס ווייסן ליידער נישט צו זאגן פון תורה ומצוות ל''ע. על פי הלכה קען מען מזכה זיין די אידן מיטן הייליגן מצוה פון מתנות לאביונים דורכ'ן אינזין האבן און עס מגבה זיין פאר זיי און עס גיבן פאר דעם ירושלימ'ער איד. דאס קומט אויס ניין מיליאן פרוטות וואס קומט אויס צו זיין 638,000 דאלאר, אויב מאכט מען דעם חשבון אז אין איין דאלאר איז פארהאן פערצן פרוטות.

איר קענט נעמען א זכות פון א גאנצע לאנד און צאלן לויט וויפיל אידן עס וואוינען אין יענער ארט. צב''ש עס וואוינען ארום 440,000 אידן אין פראנקרייך, נעמט אראפ פינף-און-צוואנציג פראצענט פון קינדער, און איר קענט נעמען די זכות פון דעם ארט און גיבן פאר צדקה וויפיל פרוטות עס קומט אויס.

ווי דערמאנט גייט דאס געלט פארן ירושלימ'ער איד וואס בעצם יום הפורים לייגט ער בדרך כבוד אריין דאס געלט אין די באנק אקאונטס צו וואס דער איד האט צוטריט, פון אמת'ע ערליכע דחקות'דיגע ירושלימ'ע עניים אשר אין להם לחם לאכול.

דאס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן להלכה, בייגעלייגט איז אן המלצה פון אחד מגדולי ישראל.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז ווען אזויפיל אידן זענען מזכה אנדערע אידן, און אין זכות פון צדקה זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות בבג''צ בב''א!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading