Loading

להמשיך



41 Teams


244 Donors


English אידיש

קהל חסידים לאקאסט איז ברייט באקאנט אלטס א בית מדרש ווי יעדער יונגערמאן פולט אז עס איז 'זיין' פלאטץ – ווי ער איז א טייל פון א גרויסע ווארימע משפחה.

די בית מדרש איז א מקום ווי עס איז געשמאק צו קובע זיין צו דאווענען, לערנען, זיך אנווארעמען אין עבודת השם, און אזוי אויך פארברענגען מיט חברים וידידים.

די הוצאות פאר אזא מקום תורה ותפילה איז גאר גרויס. מען רעדט פון; מארגעדזש, עלעקטריק, וואסער, קדישים, שלוש סעודות, קאווע ועוד ועוד.

די הנהלת הבית מדרש האט אריינגעלייגט שטארקע כוחות צו ארגאנאזירן די גשמיות און פינאנצן אויף א 'קאנסיסטענט' אופן, און מען האט ב"ה מצליח געווען צו אוועקשטעלן אז די חודשליכע קאסטן זאלן זיך דעקן און אלעס זאל פארן על צד היותר טוב.

איין גאר וויכטיגע זאך האט די הנהלה נאך נישט מצליח געווען צו מסדר זיין – די אלטע חובות. אין די פריערדיגע יארן האט זיך אמגעזאמעלט פארשידענע בילס און חובות וואס זענען נישט געווארן אפגעצאלט אין צייט, און דאס לייגט יעצט די גאנצע בית מדרש אין א גרויסע 'ריסק' פון חס ושלום צאמפאלן. אויב די חובות ווערן נישט מסודר ווי אנשנעלסטן קען מען חס ושלום פארלירן דעם באליבטן בית מדרש.

צוליב דעם קומען מיר יעצט צו אייך מיט ווארימע בקשה: ביטע העלפט אונז ראטעווען און אוועקשטעלן דעם באליבטן מקום תורה ותפילה כדי יודן זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין צו לערנען, דאווענען, און דינען דעם אויבערשטן מיט א געשמאק.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 861509996

Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading