Loading

דריי חתנים און איין שטוב



Team Hershey Goldberg

6

$1,522.00

Donated

$1,800.00

Goal

8

Donors

8 Donors


English אידיש

ב"ה

לאזט איהם נישט אינטערפאלן מיט די אומגעהויערע געוויכט פון חתונה מאכן דריי קינדער אין 5 חדשים!!

אונז האבן א חבר וואס האט געלערנט און פאברענגט מיט אונז אין ישיבה ער איז די צווייטע קינד ביי איהם אין משפחה. ער האט געווארט אויף זיין שידוך א היבש א לאנגע צייט, צוליב וואס ער האט א ברודער עלטער איהם. וואס דאס האט איהם אויפגעהאלטן פאר א לענגערע צייט.

פאריאר סוף ווינטער איז איין נאכט אריין געקומען די גוטע בשורה, אז אונזער חבר איז ב"ה געווארן די נעקסטע אין די רייע ביי זיי אין שטוב א חתן צו ווערן, נאכדעם וואס זיין עלטערע ברודער איז א חתן געווארן בשטומ"צ. און זיין חתונה איז באשטימט געווארן אויף דעם קומעדיגן חודש כסלו.

א שטיק צייט שפעטער אין חודש תמוז דעם פארלאפענעם זוממער איז אנגעקומען די פריירלכע בשורה, אז אונזער חבר איז אויך א חתן געווארן בשטומ"צ, און זיין חתונה איז באשטימט געווארן אויף דעם קומעדיגן חודש שבט.

פארלאפענעם חודש תשרי איז די קומעדיגע ברודער וואס איז שוין אויך נישט קיין אינגער בחור אויך א חתן געווארן בשטומ"צ, און זיין חתונה איז באשטימט געווארן אויף דעם קומעדיגן חודש סיון.

אונזער חבר'ס טאטע איז א מענטש וואס ארבעט שווער צו קענען קאווערן א געהעריגע חודש, און דא איז איהם ב"ה אינטער געקומען דריי חתונות אין איין האלבע יאר!. לאמיר נישט רעדן פון דעם אז קוים וואס דער איד איז ביכולת צו דעקן די ערשטע חתונה, און אפגערעדט רעדן פון דעקן די צווייטע, און ס'איז ניטאמאל א מדובר פון דעקן די דריטע. וואס אפילו פאר א איד א בעה"ב איז שווער צו דעקן דריי חתונת אין איין האלבע יאר וואס איז א קיימא לן פון איבער צו "$300,000". און דער איד גייט נישט מאכן עפעס א ווייסעך וואס אויפרייסערישע חתונות, ער גייט מאכן דריי פשוטע תקנה חתונה. און ניטאמאל פאר דעם האט ער די געלט.

פאר די ערשטע חתונה האבן עטליכע עסקנים זיך אריין געלייגט און אויפגעטריבן פופציג טויזנט דאלער, וואס צווישן מיר און דיר איז ניטאמאל גענוג פאר איין חתונה. אונזער חבר אליינס האט שוין געטון כל מה שביכלתו ארויס צו העלפן זיין טאטע, ער האט אוועק געלייגט זיין בושה אין א זייט, און ער האט אנגעקלינגען זיינע נאנטע וואס ער האט געהאלטן אז זיי וועלן איהם קענען העלפן מיט געלט, און עפעס געלט האט ער געשאפן. אבער ס'פעלט זיך נאך אויס א ריזן סומע.

דערפאר האט אונזער כיתה באשלאסן אזמ'קען נישט שטיין גלייכגילטיג אין אזא מצב, און אונז האבן זיך צוזאם גענומען אויף אן אסיפה מיט עטליכע וואכן צוריק צו זעהן וואס אונז קענען טון לייכטער צו מאכן פאר אונזער חבר'ס טאטע. ביים אסיפה האט מען באשלאסן אז אונז גייען שאפן נאך פופציג טויזנט דאלער. וואס די געלט וועט מען איבער געבן פאר זיין טאטע ממחרת פון די לעצטע שבע ברכות פון זיין ברודער, אזוי אז זיין טאטע זאל וויסן אז ער איז געדעקט מיט א גרויסע חלק פון די געלט פאר די קומעדיגע חתונה.

איז טייערע איד מאכט אויף אייער טייסטער און נעמט ארויס פון דארט א גרויסן סכום, און לייגט דאס אריין אינעם קאמפיין און מיט דעם זייט מקיים דעם גרויסן מצוה פון הכנסת כלה. און אז ס'איז אייך אביסל שווער ארויס צו נעמען געלט פון אייער טייסטער, טראכט א סקונדע אריין וויפול געלט דער טאטע דארף ארויס נעמען פון זיין טייסטער אין איין האלבע יאר.

אִם אַתָּה מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי אֲנִי מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלְּךָ


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 262042987

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading