2 months ago
$10.002 months ago
$100.002 months ago
$18.002 months ago
$5.002 months ago
$72.002 months ago
$100.00Lazer is the nan!
2 months ago
$100.002 months ago
$2.00לייזר הצדיק
לזכר נשמת עטרת משפחתינו הרב החסיד המרומם , איש יהוד"ה הי' תמים בדרכיו וישר במעשיו, ת"ח וירא אלקים, דבוק בת"ח ומנאמני בית צדיקים - מוה"ר רבי צבי יהודה בן ר ' יוסף ז"ל הכ"מ
גאר גרויסע התרגשות'דיגע געפילן שפירט זיך אין די הייימישע גאס מיט'ן הייליגע ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר וויינשטאק הי"ו לע"נ זיין אומפארגעסליכע טאטע הרה"ח המפורסים ר' יודל ז"ל
אויסטערלישע געפילן פון שמחה און התרגשות נעמט ארום שלומי אמוני ישראל ווען מען האלט מיט די גרויסע מאמענטן ווען עס ווערט געשריבן א הייליגע ספר תורה דורך די אלעמען באקאנטע איש חי ורב פעלים, הרה"ח ר' אליעזר וויינשטאק הי"ו, א ידיד נפש כל חי וואס טויזענטער אידן האבן הנאה פון זיינע ווערק.
פונקט ווי ווען ר' אליעזר האט פארלוירן זיין אומפארגעסליכע טאטע אין יענעם טראגישן עקסידענט האט זיך גאנץ כלל ישראל איינגעהילט און טרויער און צוזאמען מיט ר' אליעזר געוויינט אויף די ביטערע אבידה, על אחת כמה וכמה יעצט בעת שמחה ביי ר' אליעזר ווען ער איז זוכה צו אזא גרויסע אומבאשרייבליכע מאמענט, ווען מען האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו בגנ"מ איז עס כלל ישראל'ס שמחה, יעדער פרייט זיך, יעדער איז אויסגעהייטערט, יעדער איז ליסטיג און דערהויבן ארויסקוקנדיג אויף אזא הייליגע זכיה.
ר' אליעזר'ס טאלאנטן זענען בכלל נישט קיין חדשות ביים ציבור, וויפיל טויזענטער אידן האבן הנאה דערפון אויף א כסדר'דיגע פארנעם, און ער איז אלעמאל דא פאר יענעם, מחיה צו זיין נאך אידישע נפשות און אויפלעבן נאך עצמות יבשות פון צער און קלעם אנע טראכטן פון זיך, בלויז לשם שמים.
א שמחה מיט ר' אליעזר דערביי, און א שמחה אן ר' אליעזר, איז צוויי באזונדערע זאכן כרחוק מזרח למעריב. ווען ר' אליעזר קומט נאר אן ערגעץ ווערט דארט פרייליך, זיין ליסטיגקייט פארשפרייט זיך ווי א מאכטפולע שמחה'דיגע באמבע וואס היפט נישט איבער אין גם אחד.
עס איז דערפאר בכלל קיין חידוש נישט צו זען די פייער וואס נעמעט ארום שלומי אמוני ישראל אויף א אומבאגריפליכע פארנעם וואס מען האט שוין לאנג נישט געזען, עס שוועבט אין די ליפט א התרוממות'דיגע געפיל וואס מען קען גרינגערהייט טאפן, שמחה טופח על מנת להתפיח. ווייל ווען ר' אליעזר מאכט א שמחה איז עס יעדעמ'ס שמחה, און ווען ר' אליעזר שרייבט א ספר תורה קוקט יעדער ארויס אויף די גרויסע הייליגע מצוה וואס ווערט געטון לע"נ זיין באליבטע פאטער.
שוין ביי די התחלת כתיבת ספר תורה האט זיך אנגעזען די פלאם פון שמחה וואס האט זיך געשפירט ביי אלעמען ווען עס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר און איז געפייערט געווארן אויף א גרויסע פארנעם ווי עס פאסט פאר אזא ספר תורה, געשריבן דורך אזא ליסטיגע איד, לע"נ דעם איש חסיד היה עליו השלום.
כלל ישראל קוקט ארויס אויף די פרייליכע מאמענטן ווען די ספר תורה ווערט אין די טעג געשריבן דורך א סופר מומחה וירא שמים שליט"א, ווען דערביי טוט ר' אליעזר פאראייביגן לזכרון עולם זיין טייערע טאטע וואס איז געווען ווי א לעבעדיגע ספר תורה און א כבוד שמים מיט זיין אויסטערלישע הנהגה און מדות טובות.
עס איז זיכער אז מען וועט שטיין ר' אליעזר צו די האנט בכל מה דאפשר און אים אנטקעגן קומען מיט די הילף כדי ער זאל קענען שרייבן דעם ספר תורה וואס איז אזוי קרוב ללבו און וועט זיין די גרעסטע נחת רוח וואס ער קען געבן פאר זיין טאטע בגן עדן.
דערביי וואונטשט מען פון טיפן הארצן פאר די באליבטע ר' אליעזר ער זאל קענען פארענדיגן שנעל און גיך די ספר תורה און עס אריינברענגען אל היכל ה' בשמחה וצהלה, און אלעמאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש צו משמח זיין אידישע קינדער מיט זיינע געבענטשטע טאלאנטן, להנאות בהם בני אדם.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 853012497